כתריאל דוד קאפלין
| ||
| געבורט |
1931 | |
|---|---|---|
| טויט |
2006 (אלט 75 בערך) | |
| מדינה |
ישראל | |
| קבורה ארט |
הר הזיתים | |
| לערנארט |
ישיבת בית יוסף | |
| פאך |
רב | |
הרב כתריאל דוד קאפלין (חוה"מ סוכות תרצ"ב - י"ד אייר תשס"ו, 2006) איז געווען א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין; אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון ישיבת תורת חכם אין ירושלים.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב קאפלין איז געבוירן געווארן אין ענגלאנד, צו זיין פאטער ר' נח קאפלין, א זון פון ר' משה אהרן פינחס קאפלין, א זון פון הרב נחום מגיד. ער האט געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה און אין חברון ישיבה. נאכהער האט ער געלערנט אין גייטסהעד כולל. אין די תש״ך יארן איז ער געווען איינער פון די רעדאקטארן פונעם תורה זשורנאל "הד אליהו" וואס די תלמידים פון הרב אליהו אליעזר דעסלער האבן ארויסגעגעבן.
ער איז געווען רב פון דער "שומרי הדת" שול אין העמפסטעד, לאנדאן. קורץ נאך ווען ער אויפגענומען דעם אמט האט מען אים גערופן צו ווערן א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין. אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויף קיין ישראל וואו ער האט געוואוינט אין דעם בית וגן געגנט פון ירושלים, און געדינט ווי ראש ישיבה פון ישיבת תורת חכם.
זיין זון הרב שמעון ירחמיאל קאפלין איז דער מחבר פונעם ספר "צמח דוד", און א מגיד שיעור אין דער שערי תורה ישיבה אין מאנטשעסטער. זיין נעפע הרב שמואל סיימאנס איז א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין און מחבר פונעם ספר "מעיל שמואל".
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האט הרב קאפלין געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה. אין יאר תשי״ב איז אריבער קיין ארץ ישראל וואו ער האט געלערנט עטלעכע יאר אין דער חברונער ישיבה אין ירושלים. דערנאך איז ער צוריק קיין ענגלאנד און האט געלערנט אינעם גייטסהעדער כולל. ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי איסר זלמן מעלצער, הרב הירש פסח פֿראנק (הויפט רב פון ירושלים) און רבי שלמה דוד כהנא.
אין תש״ך האט ער חתונה געהאט מיט מאַטל, עלצטע טאכטער פון אהרן צוקער (סטאמפֿארד היל), און האט געלערנט ווייטער אינעם גייטסהעדער כולל ביז תשכ״ה, ווען ער איז געווארן רב פון דער שומרי הדת שול, האמפסטעד, לאנדאן. קורץ נאכהער האט מען אים גערופֿן ווערן א דיין אינעם לאנדאנער בית דין.
לעצטע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר תשנ״ח איז ער ארויף אין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין בית וגן, ירושלים. מען האט אים אויפֿגענומען אלס ראש ישיבה פון תורת חכם, די ישיבה פון הרב יצחק מאיר מארגנשטערן.
אין תשס"ו איז געווען אין לאנדאן אויף א באזוך ווען ער איז געווארן קראנק, און ער נפטר געווארן דארט י״ד אייר. מ'האט אים געברענגט צו קבורה אין הר הזיתים.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הד אליהו, לאנדאן, תשכ"ג
- כתר דוד, ירושלים, תשכ"ח
- כתר דוד תניינא
- תולדות נח, לאנדאן, תשמ"ג
- כתר נהורא, ירושלים