לדלג לתוכן

ישראל יוסף זעווין

פֿון װיקיפּעדיע
ישראל יוסף זעווין
געבורט 31 יאנואר 1872
רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 אקטאבער 1926 (אלט 54)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ישראל יוסף זעווין (ה'תרל"ב - ה'תרפ"ז) איז געווען א יידישער שרייבער, וועלכער האט געשריבן אויף העברעאיש, יידיש און ענגליש, אין די פאראייניגטע שטאטן.

ער האט געשריבן אונטער פארשידענע פּסעוודאנימען, פון וועלכע ער איז צום מערסטנס באקאנט מיט זיינע שריפטן אונטערן נאמען תשר"ק. ער האט אסאך געשריבן איבער די לעבנסשטייגער פון די אימיגראנטן אין יענע יארן.

ווי אויך האט ער געשריבן פיל לייכטע מעשיות און משלים פאר קינדער און די יוגנט אין די פאפולערע צייטונגען, ווי: יידישעס טאגעבלאט, די יודישע פרעסע, העברי, הלאום, העם און נאך. ווי אויך איז ער דער מחבר פונעם ספר "דער אוצר פון אלע מדרשים", מנחם אב, תרפ"ו, ניו יארק. 107 מדרשים פון חז"ל איבערגעארבעט אויף יידיש.

ער איז געבוירן אין בעלארוס אין א חסידישער משפחה. אין 1889 האט ער אימיגרירט אין אמעריקע, וואו ער האט זיך באזעצט אין פילאדעלפיע.