אויף דער זייט ים
מראה
אויף דער זייט ים, בילדער פון אונזערע געלע און גרינע איז א יידיש בוך פון קורצע דערציילונגען, וואס זענען געשריבן דורך ישראל יוסף זעווין אונטער די פּענע-נעמען תשר"ק און יודקאָוויטש. עס איז דער פערטער פון די סעריע תשר"ק'ס בעסטע ערצעהלונגען דערשינען דורך פערלאג תשר"ק אין ניו יארק אין יאר 1910.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס בוך איז א ליקוט פין זיינע דערציילונגען ווו ער שילדערט הומאריסטיש - אויפן סטיל פון שלום עליכם - דאס לעבן פון די אימיגראנטן אינעם נייעם לאנד, נעמלעך אמעריקע.
עס באשטייט פון די פאלגנדע פיר אפטיילונגען:
- יום-טוב'דיגע ערציילונגען, דרייצן מעשה׳לעך
- א מענשען'ס מזל, זיבן געשיכטעלעך
- אלץ פאר'ן שטיקל ברויט, זעקס דערציילונגען
- דעמענטיאַ אַמעריקאַנאַ, דריי געשיכטעס
בסך הכל אנטהאלט דאס בוך 160 זייטן.