לדלג לתוכן

ישכר שלמה טייכטאל

פֿון װיקיפּעדיע
נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


ישכר שלמה טייכטאל
קיין פריי בילד
געבורט 1885
כ"ד שבט ה'תרמ"ה
האלאס, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1945 (אלט 60 בערך)
י' שבט ה'תש"ה
אוישוויץ, נאצי דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב ישכר שלמה טייכטאל (כ"ד שבט ה'תרמ"ה - י' שבט ה'תש"ה) איז געווען דער אב"ד פון פישטיאן, א קורארט אין טשעכאסלאוואקיי, און דער מחבר פון שו"ת "משנת שכיר" און פון "אם הבנים שמחה".

ישכר שלמה איז געבוירן געווארן אין האלאס (ענ'), אונגארן, אום כ"ד שבט תרמ"ה צו זיין פאטער ר' יצחק, א צאנזער חסיד, און זיין מוטער גיטל. מען האט אים גערופן אויפן נאמען פון זיין זיידן (זיין פאטער׳ס פאטער) ישכר שלמה טייכטאל. ער האט געלערנט ביי רבי שלום ווידער אב"ד נירעדהאז. אין תר"ס איז ער געגאנגען לערנען אינעם צאנזער קלויז אין טארנע, גאליציע, וואו ער האט געהאט א נאמען ווי א גרויסער עילוי. נאך א שטיק צייט האט ער געלערנט צוויי יאר ביים "יד שלום" אין זשאבנע. נאך דעם האט ער געלערנט אין חוסט ביים "ערוגת הבושם".

ער האט געהייראט פראדל גינז (אין תרס"ד), א טאכטער פון הרב יעקב יוסף גינז אב"ד בעסערמין. נאך איר פטירה אין תרע"ז האט ער געהייראט נחמה, די טאכטער פון הרב דוד פרידמאן (דער שווער פון הרב מרדכי ראטנבערג, אנטווערפענער רב), וואס איז געווען דער אב"ד פון צעהלעם אין סלאוואקיי. ער האט געדינט ווי רב און ראש ישיבה אין דער קליינער יידישער קהילה אין פישטיאן, נייטרא דיסטריקט, אין מערב סלאוואקיי.

  • פרומעט, די ווייב פון ר' שלמה בראנסדארפער
  • ר' חיים מנחם טייכטאל (כ"ד ניסן תרפ"ב, פישטיאן - כ"ב ניסן תשע"ד, ירושלים), שווער פון רבי לוי ביסטריצקי פון צפת
  • גיטל, די ווייב פון רבי ברוך האלבערשטאם, גארליצער רבי אין בני ברק