ירמיה דאמען
אויסזען
| ||
| געבורט |
1951 (אלט 75 בערך) בני ברק, ישראל | |
|---|---|---|
| מדינה |
ישראל | |
| פאך |
קאמפאזיטאר, זינגער | |
ירמיה חיים דאמען (געבוירן תשי״א) איז דער הויפט בעל תפילה און קאמפאזיטאר פון ניגונים אין דעם בעלזער הויף אין ירושלים. ער איז אויך א משגיח אין דער בעלזער ישיבה אין טעלז-סטאן.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאמען איז געבוירן געווארן און אויפגעצויגן אין בני ברק אין א בעלזער משפחה פאטער רבי יצחק איטשע דמן. ער האט אויסגעלערנט חסידישע מוזיק פון זיין פאטער, איטשע דאמען פון ראזוואדאוו, וואס איז געווען א בעל תפילה און באהאוונט מיט די ראזוואדאוו-ראפשיצער ניגונים. ער האט געלערנט אין בעלזער מוסדות.