ירחמיאל בריקס
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
---|---|
פאך | שרייבער |
ירחמיאל בריקס (18טן אפריל 1912 - אקטאבער 1973) איז געווען א יידישער שרייבער פֿון חורבן.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ירחמיאל בריקס איז געבוירן געווארן אין סקארזשיסק-קאמיעננא, פוילן, דעם 18טן אפריל 1912, ביי ארעמע עלטערן. ער איז געווען דאס דריטע קינד צווישן פיר שוועסטער און פיר ברודער. זיין פאטער, ר' טוביה, איז געווען א חסיד און א תלמיד חכם. ער איז אויך געוועזן א הארציקער בעל תפילה און בעל קורא. ער האט ירחמיאלן געגעבן א טראדיציאנעלע יידישע דערציונג: חדר און בית מדרש און אויך וועלטלעכע בילדונג. צו פערצן יאר האט ער שוין געמוזט ארבעטן צוצוהעלפן צו דער פרנסה. ער האט געארבעט אלס היטלמאכער און אלס שטובן-מאלער.
אין שמחת תורה 1942, האבן די דייטשן אויף אן אכזריותדיקן אופן ליקווידירט די סקארזשיסקער געטא און דאס גאנצע שטעטל יידן אומגעבראכט אין טרעבלינקע, ווו עס איז אויך אומגעקומען בריקסנס משפחה.
אלס יינגל איז בריקס געקומען קיין לאדזש און דא אין דער פראלעטארישער שטאט, האט ער געזען דאס געראנגל פון אונטערדריקער און אונטערדריקטע. דאס האט אויף אים געווירקט: ער פארטיידיקט די באעוולטע און דאס ציט זיך ווי א פאדעם אין זיינע שאפונגען - די יידישע מאראל פון יושר און גערעכטיקייט.
ירחמיאל בריקס האט שטודירט און געשפילט טעאטער אין דער טעאטער סטודיע "אויפגאנג" און אין דער "לאדזשער יידישער טעאטער סטודיא" אן "הזמיר", ווו עס איז שטודירט און אויפגעפירט געווארן נאר קלאסישער רעפערטואר.
אן יאר 1937 דעביוטירט ער מיט א ליד א.נ. "אלייען" אין "אינדזל" אין לאדזש, אונטער דער רעדאקציע פון זישע באגיש ע"ה.
אין יאר 1939 דערשיינט אין לאדזש זיין ערשטלינג, לירישע לידער א.נ. "יונג-גרין-מאי", ווו ער מאלט אימאזשן פון דער פוילישער לאנדשאפט. די ליטערארישע קריטיק און די לייענער האבן דאס ביכל זייער ווארעם אויפגענומען. איין קריטיקער האט געשריבן: "י. בריקס באזינגט די וועלט און ער שילט דעם וויסטן צעשויבערטן מצב אונדזערן, אזער אן ביליקע עפיטעטן. אין דער ליריק פארמאגט ער א באהאלטענע ליידנשאפט".
ווען די נאציס זיינען באפאלן פוילן, גייט בריקס פארטיידיקן ווארשע. ער ווערט געפאנגען פון די דייטשן. נאך אכט וואכן געפאנגען-לאגער, ווערט ער באפרייט.
ער געפינט זיך אין לאדזשער געטא און דא, ביי די שוידערלעכסטע באדינגונגען זעצט ער פאר זיין ליטערארישע ארבעט. ער העלפט ארגאניזירן די אונטערערדישע שרייבער-גרופע פון 24, ווו די ערן-פארזיצערין איז געווען די טיף-יידיש-טראדיציאנעלע פאעטעסע מרים אולינאווער ז"ל, וואס איז אומגעקומען אין אוישוויץ.
אין אויגוסט 1944, ווערט ליקווידירט די געטא און ירחמיאל בריקס ווערט מיט א טראנספארט יידן פארשלעפט אין דעם גרעסטן טויטן-לאגער אוישוויץ, ווו די דייטשן האבן אומגעבראכט זעקס מיליאן יידן פון גאנץ אייראפע. אזוי ווי די דייטשן האבן זיך שוין געמאלט גענויטיקט אין ארבעטער, איז בריקס, אלס יונגער מענטש, אויסגעקליבן געווארן אויף ארבעט און ער איז פארשיקט געווארן קיין דייטשלאנד צו שקלאפן אין א פאבריק. אזוי ווי אין אוישוויץ זיינען פארניכטעט געווארן זיינע אלע שאפונגען, וואס ער האט מיטגעברענגט פון לאדזשער געטא, און שרייבן האט מען נישט געטארט און קיין בליי און פאפיר האט מען נישט געטארט האבן, האט בריקס ביינאכט אויף זיין שמוציק געלעגער, א הונגעריקער, איבערגעשריבן אין געדאנק זיינע שאפונגען.
איינמאל האט בריקס געפונען א פיצל בליי, און א צווייט מאל א שטיקל פאפיר, האט ער געפרוווט פארשרייבן זיין ליד "דער געהאנגענער" - ווייל ער האט מורא געהאט ער וועט חלילה עס פארגעסן - האט דאס פונדערווייטן באמערקט דער בלאקן עלטסטער, האט ער אים געשלאגן מיט א בעזים איבערן פנים אזוי לאנג ביז ער האט אים צעבלוטיקט.
יידן האבן שטענדיק בכבודיק געהאלטן און געשטיצט זייערע פאלקסשרייבער. אין געטא און אין קאנצענטראציע לאגערן האבן די יידן געשטיצט בריקסן און דאס האט אים א סך געהאלפן איבערצולעבן דעם נאציזם.
דעם 2טן מאי 1945, האט אים די אמעריקאנער ארמיי באפרייט פון ווערבעלין א האלב-טויטן. ער איז באלד גענומען געווארן אין שפיטאל אריין. און אין יולי האט אים דער רויטער קרייץ גענומען פון שפיטאל אין בערגען בעלזען קיין שוועדן צו ניילן. אין די שפיטעלער און אין די סאנאטאריעס האט בריקס פארגעזעצט זיין ליטערארישע טעטיקייט און ער האט געזאמלט פאלקלאר און דאקומענטען. ער האט אויך געפירט א קולטור טעטיקייט ביי דער שארית הפליטה.
ירחמיאל בריקס איז געווען דער אפיציעלער "ייווא"*קארעספאנדענט אין שוועדן, ווו ער איז עטלעכע יאר געשטאנען אין בריוולעך אויסטויש מיטן פראפ' מאקס ווינרייך אין צוזאמענהאנג מיט זיין ארבעט פארן "ייווא". ער האט צוגעשיקט וויכטיקע מאטעריאלן וועגן דעם יידישן לעבן אין סקאנדינאוויען. דעם וויכטיקסטן ארכיוו וואס דער "ייווא" פארמאגט וועגן די נאצישע געטאס, דער "זאָנאַבענד-ארכיוו" (וועגן לאדזשער געטא), דאס האט ירחמיאל בריקס פארשאפן פארן "ייווא".
אין מערץ 1949, האט אים דער "ייווא" אראפגעברענגט קיין ניו-יארק צוזאמען מיט זיין פרוי הינדע עטיע (וואלף) און די צוויי קינדערלעך: מרים סערל און ביילע סוועאַ.
אין נאוועמבער 1946 האט בריקס דעביוטירט מיט א דערציילונג אין "קינדער זשורנאל" אונטער דער רעדאקציע פון ש. ניגער א.נ. "בערעלע אין געטא". די דערציילונג האט געמאכט אן איינדרוק און איז איבערגעדרוקט געווארן כמעט אין אלע לענדער, ווו עס דערשיינט דאס יידישע געדרוקטע ווארט, אפילו אין פוילן.
זיין בארימטע נאוועלע "א קאץ אין געטא" האט קיין שום רעדאקציע - אפילו "די צוקונפֿט" נישט געוואלט דרוקן. נאך לאנגע און שווערע באמיאונגען פון קלאסיקער אברהם רייזען ז"ל האט זיך אין "טאג" אין נחו-יארק אין אקטאבער 1949 די נאוועלע געדרוקט אין פארזעצונגען, רעדאגיקט פון אהרן צייטלין. זי מאכט א רושם אויף ליטעראטור מבינים און ווערט באלד אנערקענט אלס איינציק ארטיק אין דער חורבן ליטעראטור. טיילן ווערן אויפגעפירט אויף דער יידישער בינע אונטער דער קינסטלערישער לייטונג פון הבימה-קינסטלער ר. בן-ארי. שפעטער ווערט דאס ווערט אויפגעפירט אויף דער ראדיא. די צוהערער ווערן פארכאפט פון דער דראמע ארום דער קאץ, און ווארטן אומגעדולדיק אויף די פארזעצןנגען.
אין יאר 1952, דערשיינט בריקסעס ערשטע בוך נאוועלן, א.נ. "אויף קידוש השם" מיט א פארווארט פון ד"ר א. מוקדוני. דאס בוך מאכט א גרויסן רושם איבער גאר דער יידישער וועלט. צענדליקער און צענדליקער יידישע און העברעישע פאעטן, עסייאיסטן, דערציילער און ליט.-קריטיקער האבן געשריבן מיט גרויס לויב וועגן דעם בוך. עס זיינען אפילו אויך געווען עטלעכע רעצענזיעס אין ענגליש. הונדערטער און הונדערטער לייענער האבןצוגעשיקט צום מחבר באגייסטערטע בריוו, ווו זיי האבן אויסגעדריקט זייער התפעלות פאר דעם ווערק. דער צארטער רעליגעזער העברעיער פאעט דוד שמעוני ז"ל פון מדינת ישראל האט געשריבן: "דאס ספר "אויף קידוש השם" פון ירחמיאל בריקס האט אויף מיר געמאכט א שטארקן רושם מיט דעם אוממיטלבארן אמת, וואס קוואלט ארויס פון יעדן זייטל און זייטל. צום אוצר פון די מארטיראלאגישע כתבים פון יידישן פאלק וועט אויך דאס ספר "אויף קידוש השם" איינגעזאמלט ווערן, ווי איינע פון די טייערסטע און חשובסטע שאפומגען. ירחמיאל בריקס האט מצליח געווען צו אנטפלעקן ווונדערפולע ניצוצות פון קדושה אין דער יידישער נשמה, וואס איז ניט פאראומרייניקט געווארן אפילו אין די מאוימדיקסטע ליידן און טאָרטורען".
יצחק באשעוויס-זינגער האט געשריבן:" "א קאץ אין געטא" פון ירחמיאל בריקס באזיצט א טראגישן הומאר וועס מען קען קיין ענלעכן נישט געפינען אין דער וועלט-ליטעראטור".
דאס בך "אויף קידוש השם" איז מיט באגייסטערונג אויפגענומען געווארן פון ארטאדאקסישן ייד ביז דער פריידענקער, און עס איז אין א קורצער צייט דערשינען אין פיר אויפלאגעס. דאס איז א זעלטענע-זעלטענהייט אין דער יידישער ליטעראטור אין די 1950-טע יארן.
אין יאר 1959 איז דאס בוך דערשינען אין ענגליש א.נ. "A Cat in the Ghetto" איבערגעזעצט פון ד"ר ס. מאריס ענגעל. עס הייבט זך אן מיט א פארווארט פון עלינאר רוזוועלט און עס איז באגלייט מיט צוויי עסייען פון פראפ' סאל ליפצין און פון אמעריקאנער ליטעראטור-קריטיקער פראפ' אירווינג האַו. דאס בוך האט געמאכט א רושם אויף דעם בעסערן ענגלישן לייענער, און אין א ריי ענגליש רעדנדיקע לענדער האבן ליט.-קריטיקער וועגן אים געשריבן מיט גרויס לויב.
חוץ דיכטער און נאוועליסט, איז בריקס אויך א פאלקלאריסט. ער האט געהערט צום "פאלקלאר קלוב" אין "ייווא" ווו דער מורה דרך איז געווען פראפ' מאקס וויינרייך.
בריקסעס לידער, נאוועלן און פאלקלאר-איבערארבעטונגען זיינען איבערגעזעצט געווארן אין העברעיש, שוועדיש, ענגליש, פויליש, דייטש, איטאליעניש און טשעכיש.
ער איז נפטר געווארן אין ניו-יארק חול המועד סוכות ט"ז תשרי, אקטאבער 1973. זיין אלמנה האט באשלאסן זיין ארון ברענגען קיין ישראל און ער איז באערדיקט געווארן אויפן הר הזיתים אין ירושלים.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זיין מצבה אויף הר הזיתים (ארכיווירט 04.03.2016 ביי דער Wayback Machine)