יצחק שיינער
געבורט |
5 נאוועמבער 1922 י"ד חשוון תרפ"ג פיטסבורג, פענסילוועניע |
---|---|
טויט |
31 יאנואר 2021 (אלט 98) י"ח שבט ה'תשפ"א ירושלים, ישראל |
קבורה ארט | הר המנוחות |
מדינה | ישראל, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט | |
באלאנג | ליטוואקעס |
רבי יצחק שיינער (י״ד מרחשון תרפ״ג – י״ח שבט תשפ״א) איז געווען א וועלט-בארימטער ליטווישער גדול, און ראש ישיבה פון דער קאמעניצער ישיבה אין ירושלים.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יצחק איז געבוירן געווארן אין פיטסבורג, פענסילוועניע.
אלס בחור האט געלערנט אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן און שפעטער אין ישיבת תורה ודעת.
ער איז א חתן געווארן מיט זיין ווייב אסתר לאה, די טאכטער פון רבי משה בערנשטיין, דער איידעם פון רבי ברוך בער לייבאוויץ, ראש ישיבת קאמעניץ. זיין שווער, רבי בערנשטיין איז געווען א מגיד שיעור אין דער אריגינעלער קאמעניצער ישיבה אין ווייסרוסלאנד, און שפעטער האט ער געגרינדעט די קאמעניצער ישיבה אין ירושלים.
נאך זיין חתונה האט ער ווייטער געלערנט אין ישיבת תורה ודעת, וואו ער האט גע'שמ'ט אלס מתמיד און עילוי, און איז געווען א שטאלץ פארן ישיבה.
ווען זיין שווער איז ארויף קיין ארץ ישראל צו גרינדן די קאמעניצער ישיבה, האט דער איידעם, רבי יצחק, זיך געצויגן אין דער שווייץ, און ער איז אויפגענומען געווארן צו דינען אלס מגיד שיעור אין דער ישיבה אין מאנטרע.
ווען זיין שווער איז נפטר געווארן איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה, צו ערפילן זיין שווער'ס פאזיציע אין ישיבת קאמעניץ, אינאיינעם מיט זיין שוואגער רבי אשר ליכטנשטיין.
רבי יצחק'ס צוויי זין און זיין איידעם דינען אלס מגידי שיעור אין דער ישיבה.
אין תשס"ג איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס חבר אין דער מועצת גדולי התורה פון דער דגל התורה פארטיי.
זיין רביצין איז נפטר געווארן אין תשס"ז.
ווינטער תשפ"א איז דער גאון ליידער אנגעשטעקט געווארן מיטן ביטערן קאראנאווירוס, טראצדעם וואס ער האט שוין געהאט ערהאלטן זיין ערשטע דאזע פונעם וואקצין.
זונטאג יתרו, י"ח שבט תשפ"א, איז דער ראש ישיבה נפטר געווארן אינעם הדסה עין כרם שפיטאל, אין עלטער פון 98 יאר.
זיין לויה אין ארויס פון ישיבת קאמעניץ און ער איז געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות
זיין פטירה איז געקומען בלויז עטליכע שעה נאך דער פטירה פון רבי משולם דוד יצחק סאלאווייטשיק, איז געווען ווי א דאפלטער קלאפ פארן עולם התורה.