יעקב ישראל קארף
געבורט | 1883 (אלט 141 בערך) |
---|---|
פאך | רב |
אַמט | אדמו"ר |
רבי יעקב ישראל קארף (כ"ו תשרי תרמ"ג[1] - ט' תשרי תשי"ג) איז געווען דער זוועהיל-מעזשביזשער רבי אין זוועהיל און דערנאך אין באסטאן, מאסאטשוסעטס.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב ישראל איז געבוירן אין תרמ"ג אין שטעטל מעזבוזש צו זיין פאטער רבי מרדכי בן ציון, זון פון רבי מיכל דראביטשער (אן איידעם פון רבי מאטעלע טשערנאבליער), זון פון רבי איצקיל דראביטשער (אן איידעם פון רבי ברוך מעזשביזשער), זון פון רבי יאסעלע יאמפעלער, זון פונעם זלאטשאווער מגיד.
רבי יעקב ישראל האט באקומען היתר הוראה ביים ערוך השולחן און ביי רבי מרדכי אשמינער, סלאנימער רב. ער האט געהייראט מרת גיטל הי"ד, א טאכטער פון רבי יחיאל מיכל גאלדמאן פון קארעץ (א ברודער פון רבי שלאמקע זוועהילער). ער איז געווארן ראש בית דין אין זוועהיל.
שפעטער איז ער געווארן רבי אין שטעטל מעזשביזש. ווען זיין שווער איז אוועק איז געווארען רבי אין דער שטאט זוועהיל. זיין ווייב מרת גיטל איז אומגעקומען אויף קידוש ה' ביי א פאגראם אין שטעטל זעווהיל אין תרע"ט.[2] ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט איר שוועסטער מרת יוכבד.
אין יאר תרפ"ד האבן זיינע חסידים אים ארויס געברענגט קיין באסטאן, וואו ער האט געבויט א בית מדרש און האט אויפגעשטעלט א בית דין מיט כשרות .ער פלעגט אליין גיין מיט זיין גבאי צו באסטאן הארבאר פארט, וואו מענטשן זענען אונגעקומען מיט דער שיף פון אייראפע, און ער האט זיי געברענגט קיין באסטאן צו זיך אינדערהיים. אזוי האט ער געראטוועט א סאך מענטשן פון די רוסישע פאגראמען און פון די דייטשע הענט. ער איז געווען פון די מייסדים פון אגודת האדמורי"ם. ער איז געווען גוט מיט די פאליציי אפיצירן און פאליטישע פיגורן ווי דער בירגערמייסטער און סענעטארן.
ער איז נפטר געווארן ערב יום כיפור ה'תשי"ג און ער ליגט אינעם בית החיים נצח ישראל אין טשעלסי.[3]
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון זיין ערשטער ווייב מרת גיטל הי"ד:
- רבי שמואל יצחק קארף (געב' תרע"א), האט געהייראט מרת נעשא, טאכטער פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון סקווער-מאכניווקא.
- רבי ברוך קארף (תרע"ד - תשנ"ה), אמעריקאנער עסקן.
- אדל (געב' תרע"ז)
- רבי מנחם נחום (געב' תרע"ט)
- רבי יצחק אהרן פון זוועהיל-מעזשביזש
פון זיין צווייטער ווייב מרת יוכבד איטא:
- חאסיע גיטל
- יחיאל מיכל
- מלכה
- מרדכי בן ציון
- פעסא חיה
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ רבי יעקב ישראל קארף פון זוועהיל (אויף ענגליש)
- ↑ רבי ברוך קארף (אויף ענגליש)
- ↑ אייוועלט