יעקב ווייס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יעקב ווייס איז דער רב אין בית המדרש ישמח משה אין מאנסי שכונת דשעסט נאט רידטש

אזוי אויך איז ער יושב ראש הנהלה רוחני מוסדות סאטמאר מאנסי

[רבי יעקב איז שטארק באוויסט מיט זיינע דרשות אין אויפטרעטען ביי אסאך גרויסע פארזאמלונגען ווי דינער'ס, כינוסים, פראטעסטן, עצרת'ן, מעמדם, וכדומה]

פארדעם איז ער געווען מנהל פון דער סאטמארער ישיבה גדולה סניף ברך משה אין קרית יואל. פארדעם איז ער געווען מנהל פון דער פאפא ישיבה גדולה אין וועסטשעסטער. פארדעם איז ער געווען מנהל פון דער סאטמאר ישיבה גדולה [פון רבי חיים יהושע] אין מאנסי

ער איז דער תורה שרייבער פון די ספר ברך משה פון אדמו"ר מסאטמאר מרן רבינו משה זי"ע - ס'איז שוין ארויס געקומען 12 בענדער ברך משה

רבי יעקב אליין האט שוין ארויס געגעבן אסאך ספרים, אלה מסעי, נאות יעקב, משכנות יעקב, רנו ליעקב [ב' כרחים], זמירות בית יעקב,

רבי יעקב וואוינט אין מאנסי.

רבי יעקב ווייס איז א זוהן פון הרב הגאון האמתי רבי דוד יואל ווייס פון ירושלים בעל מחבר ספרי מגדים חדשים על ש"ס ועל התורה - 14 בענדער

רבי יעקב ווייס איז א איידעם פון הגה"צ רבי אברהם משה קרויס שליט"א אדמו"ר מטאפלטשאן בעל יעלת חן

רבי יעקב ווייס איז אן אייניקל פון הגאון הצדיק המקובל בעל שפתי חן זצ"ל