לדלג לתוכן

יעקב גלאטשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
יעקב גלאטשטיין
קיין פריי בילד
געבורט 20 אויגוסט 1896
לובלין, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 19 נאוועמבער 1971 (אלט 75)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, זשורנאליסט, דיכטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יעקבֿ גלאַטשטיין ( 20סטן אויגוסט 1896, לובלין19טן נאוועמבער 1971, ניו יארק)) איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער, פּאָעט און ליטעראַרישער קריטיקער.

גלאַטשטיין איז געבוירן געװאָרן אין לובלין, דעמאָלט אַ טייל פֿון רוסישער אימפּעריע, י"א אלול ה'תרנ"ו. אין 1914 האָט ער אימיגרירט קיין די פאראייניגטע שטאטן.

זײַנע ערשטע לידער זײַנען געדרוקט געװאָרן אין ייִדישע צײַטונגען אין ניו־יאָרק,, 1919, אונטערן פּסעװדאָנים פּלאַראַ בלום. אין 1920 האָט ער געגרינדעט דעם ליטעראַרישן זשורנאַל און באַװעגונג „אינזיך,“ װאָס האָט געפּרוּװט צו שאַפֿן אַ נײַעם מין ייִדישן פּאָעזיע װאָס האָט זיך דער עיקר פֿאַרנומען מיט אָפּשפּיגלען דעם אינװייניקסטן לעבן און אינדיװידואַליזם פֿון מענטשן סײַ ייִדיש סײַ גוייִש. זײַנע לידער (און די לידער פֿון אינזיך בכלל) האָבן זיך באַנוצט מיט נעאָלאָגיזמען, װײַסע פֿערזן, און אַ מעטאָד שרײַבן װאָס זיי האָבן אָנגערופֿן „קאַלײַדאָסקאָפּישקייט.“

טייל פון זײַנע ביכער זײַנען איבערגעזעצט געווארן אויף העברעיאיש, ענגליש און שפאניש.

במשך די יאהרן האט ער געשריבן עסייען אין די טויזנטער, פון וואס די מערהייט איז נישט געזאמלט אין ביכער.

  • Yankev Glatshteyn, Janet R. Hadda, 1980