יידל מיטן פידל
יידל מיטן פידל (פויליש: Judel gra na Skrzypcach, ענגליש: Yiddle With His Fiddle) איז א זייער ערפאלגרייכער פילם אויף יידיש, וואס איז געשאפן געווארן אין פוילן דורך רעזשיסאר יוסף גרין, מיט מאלי פיקאן אין דער טיטל־ראלע. די פרעמיערע איז געהאלטן געווארן אין ווארשע י"ד תשרי תרצ"ז, און דער פילם האט געעפנעט אין ניו יארק י"ז טבת. מיט א סינכראניזאציע אויף העברעאיש שפילט ער אויך אין ארץ ישראל זייט ח' תמוז דעם זעלבן יאהר.
די געשיכטע פון דעם פילם דערציילט וועגן א יונג מיידל (מאלי פיקאן) און איר טאטע, וואס האבן נישט קיין געלט מען האט זיי ארויסגעווארפן פון דער דירה און זיי מוזן וואנדערן אין וועגן און פארדינען געלט ווי כליזמרים. דאס מיידל האט מורא צו וואנדערן ווי א מיידל, וואס איז זייער שווער אין די וועגן און זי טוט זיך אן ווי א בחור, וואס הייסט יידל. יידל און זיין טאטע טרעפן זיך מיט צוויי אנדערע כליזמרים, און יידל פארליבט זיך אין דעם יונגער מאן אפרים. עס איז אוודאי נישט גרינג פאר איר ווייל ער מיינט זי איז א בחור.
אינמיטן וועג זענען זיי ביי א חתונה וואו די כלה וויל נישט עכט חתונה האבן ווייל זי איז פארליבט אין יאסל פריעדמאן. יידל ערלעדיגט אז מען זאל זי מיטנעמען מיט די קלעזמער, און זי זינגט צוזאמען מיט זיי. ווען אפרים וויל זיך פארליבן אין דער כלה פרובירט יידל עס צו שטערן. סוף-כל-סןף, נאך א סך צרות, ער לערנט זיך אז זי איז א מיידל. ער ליבט איר און זי ליבט אים און זיי פארן צוזאמען קיין אמעריקע, וואו זי וועט זיין א זינגערין.
ניגונים אין דעם פילם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יידל מיטן פידל
- שיכור
- אוי מאמע, בין איך פארליבט
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אידל מיט'ן פידל: צווייטער טייל.
- דער נייער יידישער פילם "יידל מיטן פידל" (א געשפראך מיטן דירעקטאר און מיטרעזשיסאר יוסף גרין) (ארכיווירט 05.03.2016 ביי דער Wayback Machine), ליטערארישע בלעטער, י"ב תשרי תרצ"ז.
- "היינט: די לאנג ערווארטעטע פרעמיערע, מאלי פיקאן אין אידעל מיט'ן פידעל", היינט, י"ד תשרי תרצ"ז.
- מיטוואך דער 30-טן, פרעמיערע פון 'יידל מיטן פידל', ליטערארישע בלעטר, י"ט תשרי תרצ"ז.