לדלג לתוכן

יחזקאל אבראמסקי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יחזקאל אברמסקי)
יחזקאל אבראמסקי
קיין פריי בילד
געבורט 1886
ו׳ אדר א׳ ה'תרמ"ו
סיסלוויטש, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 19 סעפטעמבער 1976 (אלט 90 בערך)
כ"ד אלול ה'תשל"ו
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטוואקעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, חיים סאלאווייטשיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חיבורים חזון יחזקאל
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יחזקאל אבראמסקי (ו׳ אדר א׳ ה'תרמ"ו - כ"ד אלול ה'תשל"ו; 188619טן סעפטעמבער 1976), איז געווען א רב און א למדן. באוווּסט זענען זיינע ספרים „חזון יחזקאל" אויף דער תוספתא.

יחזקאל אבראמסקי איז געבוירן נישט ווייט פון מאסט אין ליטע אין יאר ה'תרמ"ו. ער איז געווען דאס דריטע קינד פון מרדכי זלמן אברמסקי, א געהילצהענדלער, און זיין ווייב פריידל גאלדין פון הוראדנא. ער האט געלערנט אין די ישיבות פון טעלז, מיר און סלאבאדקע, און אויך אין בריסק ביי הר"ר חיים סאלאווייטשיק. צו זיבעצן יאר איז ער געווארן רב אין סמאליאן, שפעטער אין סמאלעוויטש און סלוצק. דאס רבנות אין סלוצק האט ער גע'ירשנט אין תרפ"ד פון דעם באוווּסטן רב הר"ר איסר זלמן מעלצער וואס איז אנטלאפן פון דער שטאט צוליב די רדיפות פון די קאמוניסטן וואס האבן געהערשט אין דער שטאט.

אין ה'תרס"ט האט ער חתונה געהאט מיט הענדיל רייזל, א טאכטער פון דעם רב פון (יעהומען) הר"ר ישראל יהונתן ירושלימסקי, דער איידעם פונעם רידב"ז.

בערך אין תר"ץ איז ער געקומען קיין לאנדאן וואו ער איז געווארן רב פון דער מחזיקי הדת קהילה. נאך א פאר יאר האט מען גערופן אים צו ווערן ראש בית דין אין דעם לאנדאנער בית דין.

אין תשי"א איז ער ארויף אין ארץ ישראל, וואו מען האט אים אריינגענומען אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

זיין ווייב הענדיל רייזל איז נפטר געווארן תשכ"ו.