יחזקאל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א בילד פון מיקעלאנדזשעלא וואס מאלט אויס יחזקאל הנביא

יחזקאל איז געווען א נביא אין די צייטן פון בית ראשון און אויך נאכן חורבן הבית. ער האט נבואה געזאגט צו ווידער פאראייניקן מלכות יהודה מיט מלכות ישראל און ווידער בויען א בית המקדש אין ירושלים, אבער דערווייל איז די נבואה נאכנישט מקויים געווארן און די עשרת השבטים פון מלכות ישראל האבן זיך, אין גרעסטן טייל, נאכנישט צוריקגעקערט פון גלות, נאר שבט יהודה מיט א מינדערהייט פון אנדערע שבטים האבן זיך צוריק געקערט אין ארץ ישראל און געבויעט דער בית שני.

אין מסכת סנהדרין איז דא א מחלוקת ווי אזוי צו לערנען די פסוקים, אויב די עשרת השבטים וועלן זיך אמאל אומקערן און זיך פאראייניגן מיט די אנדערע שבטים. פארט אבער איז געבליבן אנגענומען ביי גלויביגע אידן אז כאטש וואס די נבואה איז טאקע נאך נישט מקוים געווארן, וועלן אבער לעתיד לבא אלע אידן, אויך פון די עשרת השבטים, זיך אומקערן קיין ירושלים און גאט וועט זיי בויען דעם בית המקדש. לגבי די נבואה אין ספר יחזקאל וועגן דער ווידעראויפבוי פון דעם בית המקדש, זענען אלע איינשטימיג אז דאס רעדט וועגן דעם בית המקדש השלישי וועלכער איז נאכנישט געבויט געווארן. (זעט אויך: סאמבאטיאן).

תחיית המתים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזעלכע לערנען פון וואס ס'שטייט אין ספר יחזקאל (פרק ל"ז) אויף נאך א מקור אז לעתיד לבוא וועט זיין תחיית המתים, און אזעלכע זאגן אז גאט האט אים געזאגט די נבואה נאר אלס א משל אויף כלל ישראל וואס זעהען אין גלות אויס ווי טרוקענע ביינער, און גאט וועט זיי גערן אויסלייזן און באפרייען פון דער גלות:

הָיְתָה עָלַי, יַד-יְהוָה, וַיּוֹצִאֵנִי בְרוּחַ יְהוָה, וַיְנִיחֵנִי בְּתוֹךְ הַבִּקְעָה; וְהִיא, מְלֵאָה עֲצָמוֹת. וְהֶעֱבִירַנִי עֲלֵיהֶם, סָבִיב סָבִיב; וְהִנֵּה רַבּוֹת מְאֹד עַל-פְּנֵי הַבִּקְעָה, וְהִנֵּה יְבֵשׁוֹת מְאֹד. וַיֹּאמֶר אֵלַי--בֶּן-אָדָם, הֲתִחְיֶינָה הָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה; וָאֹמַר, אֲדֹנָי יְהוִה אַתָּה יָדָעְתָּ. וַיֹּאמֶר אֵלַי, הִנָּבֵא עַל-הָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה; וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם--הָעֲצָמוֹת הַיְבֵשׁוֹת, שִׁמְעוּ דְּבַר-יְהוָה. כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה, לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה: הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם, רוּחַ--וִחְיִיתֶם. וְנָתַתִּי עֲלֵיכֶם גִּידִים וְהַעֲלֵתִי עֲלֵיכֶם בָּשָׂר, וְקָרַמְתִּי עֲלֵיכֶם עוֹר, וְנָתַתִּי בָכֶם רוּחַ, וִחְיִיתֶם; וִידַעְתֶּם, כִּי-אֲנִי יְהוָה. וְנִבֵּאתִי, כַּאֲשֶׁר צֻוֵּיתִי; וַיְהִי-קוֹל כְּהִנָּבְאִי, וְהִנֵּה-רַעַשׁ, וַתִּקְרְבוּ עֲצָמוֹת, עֶצֶם אֶל-עַצְמוֹ.