יוסף פישער
אויסזען
![]() | |
| געבורט |
29 אקטאבער 1841 כאָמסק, בעלארוס |
|---|---|
| טויט |
27 מערץ 1914 (אלט 72) קראקע |
יוסף פישער (ה'ת"ר - ה'תרע"ד) איז געווען דער חזן אין קראקע, און גלייכצייטיג האט ער פארמאגט א דרוקעריי.
פישער איז געבוירן אין יאר ת"ר אין ווילנא, און נאכן ארום וואנדערן איז ער געווארן חזן אין קראקא פאר פופציג יאר אין א ציה, ביז צו זיין פטירה אין יאר תרע"ד.
זיין הויז אין קראקא איז געווען א בית ועד לחזנים, און פילע בארימטע חזנים פלעגן קומען צו אים אין שטוב זיך אויסגארגלען, און נאשן נוסחאות איינער פונעם צווייטן. צווישן זיי איז אויך געווען דער דאן יונגער חזן יאסעלע ראזענבלאט.
