יוסף מאיר עלעפאנט

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב חיים יוסף מאיר עלעפאנט
הרב יוסף-מאיר עלעפאנט'ס חתימה
הרב יוסף עלעפאנט מיט זיין ווייב און קינדער (מונקאטש, ה'תרצ"ד)

רבי חיים יוסף מאיר עלעפאנט (ה' ניסן תרנ"ז - ו' אדר תשל"ו) איז געווען א רב, מגיד שיעור, משולח פאר ישיבות, זשורנאליסט, חרדיש-ציוניסטישער אקטיוויסט, און דער גרינדער פון "ברית ישורון" אין מונקאטש.

לעבנס געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יוסף מאיר עלעפאנט איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל אויבער ווישעווע אין רומעניע, צו זיין פאטער הרב דב בעריש עלעפאנט, און זיין מוטער מרת באבא (געב׳ אייזנבערגער). ער איז אויפגעוואַקסן אין א חסידישער סביבה.

אלס בחור פלעגט ער לערנען אין דער ישיבה אין סיגעט און דערנאָכדעם – אין פרעשבורג.

אין 1920 האט ער פארהייראט זיין פרוי, שרה ניימאן פון קליטשאנעף, טאכטער פון מונקאטשער חסידים. די חתונה איז פארגעקומען אין איראסוויגעף (אונגעריש: Oroszvég). זיי האבן געהאט 4 קינדער.

זינט אָנהייב פון די 1920ער יאָרן ער איז געווען א ציוניסטישער אקטיוויסט; ערשט האט ער געהערט צו מזרחי[1] און שפעטער צו די רעוויזיאניסטן. אין דער צווייטער העלפט פון די 1920ער יאָרן האָט יוסף-מאיר אָנגעהויבן שרײַבן אין יידשע צייטונגען אלס זשורנאליסט, אין "דער פאקל", "דער קאנטשיק" און "דאס יידישע ווארט", אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי.‏[2]

אין די אנהייב 1930ער יארן ער האט געגרינדעט אין מונקאַטש די רעליגיעז-ציוניסטישע יוגנט באוועגונג "ברית ישורון" (פֿאַרבונדן מיט זאב זשאבאטינסקי'ס רעוויזיאניסטן פארטיי).

אין 1934 האט ער געגרינדעט "באנק עמל" מיט ד"ר א' ראבינאוויטש פון פראג ד"ר י' האפמאן פון ריגא.‏[3]

אין זומער פון 1936 האט זיין פאמיליע זיך געצויגן קיין אדא, סערביע, און אין 1939 - קיין אמריקע, ביים אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה.‏[4]

אין 1940, איז זשאַבאָטינסקי געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן, און ער האָט געגעבן אַ רעדע אין סענטראַל פארק, און דעמאָלט האט ר' יוסף עלעפאַנט אויך געגעבן אן עמאָציאָנעלע רעדע. נישט לאנג נאכדעם איז זשאבאטינסקי פלוצלינג געשטארבן.

בשעת דער צווייטער וועלט קריג, האט ר' יוסף עלעפאנט באגעגנט עטלעכע פּאָליטישע פירער און פארלאנגט אַז זיי זאָלן העלפן די יידן פון אייראָפּע, אבער אָן הצלחה. זיינע ברידער לייזער און מענדל, און זיין שוועסטער מרים (פרידמאן), זיינען געהרגעט געווארן דורך די נאציס, צוזאמען מיט טייל פון זייערע משפחות. זיינע ברידער שלום און הערשל האבן איבערלעבט די מלחמה. זיין שווער און שוויגער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ,‏[5] צוזאמען מיט רוב פון זייערע קינדסקינדער.

אין 1963 האט ער געמאכט עליה, און געקומען וווינען אין ישראל,‏[6] און דארט איז געווען א מגיד שיעור אין בני ברק.‏[7]

עלעפאנט איז נפטר געווארן אין 1976, און ער ליגט אינעם פאנעוועזשער בית עולם אין בני ברק.‏[8]

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיין טאכטער איז בארבארא רייסקין.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. יקותיאל צבי זהבי. "בימי מצור ומצוק : הציונות בטראנסילבניה, בסלובקיה וברוסיה הקארפטית בשנים 1918-1948...". ירושלים : מוסד הרב קוק, תשנ"ג, בלאט 125: "במונקאץ' נוסדה האגודה... בשנת 1921... רבים מנכבדי העיר הצטרפו לאגודה במונקאץ', ביניהם... חיים יוסף מאיר אלפנט...".
  2. דער פאקל: וואכנבלאט פאר ליטעראטור און געזעלשאפטלעכע ענינים: דערשיינט יעדן דאנערשטיק. קאשוי: מענדל עלעפאנט, 1929
  3. א בריוו פון ר' עלעפאנט צו זשאבאטינסקי (בלאט 71, דאטום: 10.5.1935) ארכיוון פון זאב זשאבאטינסקי, סימול התיק : א 1 - 3/ 23/ 1, בלאט 71/145;
    א בריוו פון זשאבאטינסקי צו ד"ר יעקב האפמאן (ריגא), ארכיוון פון זאב זשאבאטינסקי, סימול התיק: א 1 - 2/ 24/ 3, מספר האגרת : 2360, דאטום: 05/10/1934;
    דניאל קארפי, משה הלוי, איגרות : זאב ז'בוטינסקי. ירושלים : מכון ז'בוטינסקי בישראל, כרך ט, 255.-254
  4. MyHeritage וועבזייטל, "Rabbi Chaim Yosef Meir Elefant, 1897-1976"
  5. משה ברגמן, עתיר פומבי, בני-ברק: ישיבת הרשב"י, תשל"ג, בלאט 64, עדות פון רעביצין שרה אלפנט
  6. זעט א בריוו פון רבי עלעפאנט ("עתה הזמן לייסד סנהדרין") פארעפנטלעכט אין "חרות", 1 יולי 1964, בלאט 5, געחתמעט: "חיים יוסף עלעפאנט, בני ברק".
  7. יוסף גלילי, השומרים לבוקר, בני ברק : חסידים 1992, בלאט 367.
  8. די מצבה אויף דעם וועבזייַטל BillionGraves