לדלג לתוכן

יוסף לעבנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
יוסף לעבנשטיין
קיין פריי בילד
געבורט 1926
האנאווער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 יוני 2015 (אלט 89 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יוסף "דזשא" לעבנשטיין (ענגליש: Joe Lobenstein;‏ תרפ"ז - י"א תמוז תשע"ה) איז געווען איינער פון די פירער פון דער חרדישער קהילה אין לאנדאן און א פאליטיקער. ער האט געדינט ווי בירגערמייסטער פון דער לאנדאנער בארא פון העקני פיר יאר נאכאנאנד. ער איז געווען וויצע-פרעזידענט פון דער בריטישער אגודת ישראל און וויצע-פרעזידענט פון דער לאנדאנער התאחדות קהלות החרדים.

יוסף לעבנטשטיין איז געבוירן געווארן אין האנאווער צו זיין פאטער יצחק לעבנשטיין.

מיט זיין משפחה איז ער אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד און אנגעקומען אין ענגלאנד אין 1939.

ער האט געהייראט זיין ווייב בעלא, פון דער שווייץ.