לדלג לתוכן

יואל ראטה

פֿון װיקיפּעדיע
יואל ראטה
געבורט 14 יוני 1981 (אלט 44)
י”ב סיון תשמ”א
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יואל ראטה (געבוירן י”ב סיון תשמ”א) איז דער ראש ישיבה פון ישיבת ״תפארת התורה״ אין וויליאמסבורג, ברוקלין. און גרינדער פונעם געגנט קרית ברסלב ליבערטי אפסטעיט נוי יארק

ער איז אן אייניקל פונעם קארלסבורגער רב, רבי יחזקאל ראטה.

ר׳ יואל איז ברייט באקאנט פאר זיינע כסדרדיגע אפענע און אמת'דיגע דרשות אויף אלע נושאים.

רבי יואל איז באקאנט מיט זיין שטארקע כריזמע און קלארע אויפטריטן, און ער האט א האטליין.

ר׳ יואל פארעכנט זיך אלס תלמיד און חסיד פון הגאון החסיד הרב אליעזר שלמה שיק - מוהרא"ש פון ברסלב.

אין יאר תש”ס (אלט 19) האט ער חתונה געהאט מיט אסתר גיטל טאכטער פונעם ווייצענער רב, הרב מייזליש.

אין דער קורצער היסטאריע פון זיין ישיבה האט ער שוין מיטגעמאכט אן א שיעור רדיפות און בזיונות פון געציילטע אויפגעברויזטע עלטערן וועלכע האבן ארגאניזירט פראטעסטן קעגן אים צוליב דעם וואס זיי ווילן נישט זייערע קינדער זאלן לערנען ביי אים.

רבי יואל איז באוואוסט אלס זייער א פעסטן כאראקטער וועלכער דערשרעקט זיך נישט פון גארנישט און גייט זיך ווייטער זיין וועג נישט קוקנדיג אויף קיינעם ווען עס קומט צו זיינע פרינציפן.

זיינע תלמידים זענען זייער צוגעקלעבט צו אים און אומצאליגע פראוואקאציעס און פרואוון וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך זיינע קעגנער ארויסצושלעפן בחורים פון ישיבה האבן זיך אויסגעלאזט מיט גרויסע דורכפעלער.

רבי יואל איז אין די לעצטערע יארן באקאנט געווארן דורך די ווידעא קליפס פון זיינע ניגונים און דרשות אויף יוטוב.

אין סיון תשע”ט האט ער אויפגעעפנט א שטעטל ”קרית ברסלב ליבערטי” בשעתו האט ער זיך געווערטעלט מיט זיינע נאנטע: ”אויף יעדע פעני געפונט מען דאס ווארט ’ליבערטי’... ”

די לעצטערע יארן האט רבי יואל איינגעפירט צו מאכן חתונות אין ישיבה. דאס האט ער איינגעפירט כדי צו שפארן געלט פון די מחותנים בשעת די שמחה. היינט האלט עס שוין ביי ארום זיבעציג חתונות וואס די מחותנים האבן נישט געדארפט באצאלן פון זייער טאש קיין פרוטה אחת.

ר' יואל ווערט מער און מער באקאנט ביים היימישן ציבור און טוט ציען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, בעלי בתים און בני תורה צוגלייך. ער האט היינט א שטעטל מיט איבער 200 משפחות און א הערליכע כולל פון אינגעלייט וואס לערנען און פארהערן זיך ביי רבנים איבער די וועלט. אויך איז היינט שוין פארהאן צוויי ישיבות, איינס אין וויליאמסבורג און א צווייטע אין "ליבערטי". אויך איז שוין דא מוסדות התורה מיט הינדרעטער קינדער.

ר' יואל, אדער "דער ראש ישיבה" ווי ער איז באקאנט געבט ארויס אומצאליגע ספרים, צווישן זיי: "עצתו אמונה" א וועכנטליכע ספר מיט בריוו פון אידן איבער די וועלט איבער אלע נושאים וואס איז נוגע פאר יעדן איד.

אויך ווערט כסדר געדרוקט "אשר היה אל יואל" א פירוש אויף די הייליגע ספר "ליקוטי מוהר"ן". דער פירוש איז געשריבן אין אידיש, ספעציעל אין א לייכטע שפראך אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין.

ר' יואל איז פון די איינציגסטע משפיעים וואס לייגן אריין פשוט'ע אמת'ע אמונה און רוב פון זיינע דרשות זענען אויף אמונה און שמחה צו זיין א איד און זיך פרייען מיט פשטות יהדות. ער רעדט גאר אסאך פון תכלית און לעבן מיט אן אמת. ר' יואל רעדט פון ר' נחמן מברלסב'ס ספרים.

ר' יואל רעדט אסאך פון התבודדות, סדר דרך הלימוד, שלום בית, שמחה. אויך ברענגט ער אריין דעם באשעפער דורך שיעורים און ניגונים. אומצאליגע מענטשן פארדאנקען זייער גאנצע אידישקייט פאר דעם "ברלסב'ער ראש ישיבה."

דאס קען מען זיך איבערצייגן ווען מען רעדט צו סיי וועלכע פון זיינע תלמידים.