לדלג לתוכן

יהודית פאלגאר

פֿון װיקיפּעדיע
יהודית פאלגאר
Judit Polgár
געבורט 23 יולי 1976 (אלט 48)
בודאפעשט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.polgarjudit.hu
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יהודית פאלגאר אין 2004

יהודית פאלגאַר (אונגאַריש: Judit Polgár;‏ געבוירן דעם 23סטן יולי 1976) איז א יידיש־אונגארישע שאך גרויסמייסטערין, און די בעסטע שאכשפילער אין דער געשיכטע.‏[1] אין 1991איז זי געווארן א גרויסמייסטערין ביי דער עלטער פון 15 יאר או 4 מאנאטן, דעמאלסט דער יונגסטער מענטש צו ווערן א גרויסמייסטער.

יהודית פאלגאר איז געבוירן געווארן דעם 23סטן יולי 1976 אין בודאפעשט, אונגארן, צו אירע יידישע עלטערן לאסלא און קלארא פאלגאר, די יונגסטע פון דריי שוועסטער. די עלטערן האבן געבילדעט זייערע טעכטער אין שטוב, מיט א ספעציעלן ארויסהייב אויף שאך. זיי האבן אויך אויסגעלערנט זייערע קינדער די אינטערנאציאנאלע שפראך עספעראנטא.

דער בריטישער שאכמייסטער ניידזשל שארט האט גערופן יהודית "איינע פון די דריי אדער פיר גרעסטע שאך־וואונדערקינדער אין דער גאנצער היסטאריע".[2] די אנדערע גרויסע שאך-וואונדערקינדער זענען געווען פאל מארפֿי, האזע קאפאבלאנקא און שמואל רעשעווסקי.[3]

פאלגאר כמעט שפילט נישט אין נאר-פרויען טורנירן ווייל זי האלט אז שאך איז נישט קיין שפיל וואס מען דארף שיידן מענער פון פרויען.

אין יאנואר 1996 איז פאלגאר געווארן גראדירט צענט אין דער וועלט מיט א פעאיגקייט מאס פון 2675.

  1. Hooper D. and Whyld K. The Oxford companion to chess. 2nd ed, Oxford.
  2. Lidz, Franz (‏12טן פעברואר 1990). "Kid With A Killer Game", Sports Illustrated. דערגרייכט דעם 30סטן מיי 2019. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2019-05-30. 
  3. Harold C. Schonberg (‏18טן מערץ 1989). "Top-Rated Female Chess Player Is Just One of Three Stars at Home", The New York Times. דערגרייכט דעם 5טן אפריל 2011.