עספעראנטא

פֿון װיקיפּעדיע

עספּעראַנטאָ איז א געפלאנטע געבויעטע שפראך. היינט צוטאג רעדט מען איר ביי איבער א מיליאן מענטשן, און עטלעכע טויזנט רעדן איר ווי זייער מאמע לשון. די שפראך האט געגרינדעט א פוילישער ייד לייזער זאמענהאף, אן אפטאלמאלאג.

די שפראך איז פארעכנט ווי א לייכטע שפארך צו שטודירן, און פארמאגט בלויז 16 גראמאטיק געזעצן.

ESPERANTO - Alfabeto de Esperanto

עספעראנטא האט 23 קאנסאנאנטן, 5 וואקאלן, און צוויי האלבוואקאלן וואס קאמבינירן מיט די וואקאלן צו שאפן 6 דיפטאנגען.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1887 האט לייזער זאמענהאף פּובליצירט דאס ערשטע גראמאטיק־בוך אויף עספעראנטא, אויף וועלכן ער האט געהאט געארבעט אַרום צען יאָר. ער האט זיך אונטערגעשריבן דערויף מיטן פסעוודאנים דאָקטאָראָ עספּעראַנטאָ, וואס באדייט דער האָפֿענדיגער דאקטאר.

די נאציס האבן פארבאטן די שפראך, און ווי היטלער שרייבט אין מיין קאמף איז עס לויט איים בלויז א יידישער פלאן צי געוועלטיגן אויף דער וועלט.

אזוי אויך אין סאוועט-רוסלאנד האט געהערשט אן איסור דערויף און טויזנטער עספעראנטאניסטן זענען ארעסטירט געווארן, אנגעבלעך פארן שפיאנירן פאר דייטשלאנד.

פרינציפן פון עספעראנטא[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גראמאטיק פון עספעראנטא איז גאנץ גרינג אין פארגלייך צו געוויינלעכע נאציאנאלע שפראכן: עס פארמאגט 16 יסודותדיקע גראמאטישע פרינציפן. דער וואקאבולאר איז געגרינדעט אויף א באגרענעצטער צאל ווארצלען, אן שום אויסנאמען. מחמת דעם איז עספעראנטא גרינגער צו לערנען ווי אנדערע שפראכן, ספעציעל פאר רעדער פון אייראפעישע שפראכן. אין אלגעמיינעם, א פאר מאנאטן לערנען עספעראנטא איז גלייך צו עטלעכע יאר לערנען אן אנדער שפראך, ווי למשל ענגליש אדער פראנצויזיש, און אפילו פאר רעדער פון נישט־אייראפעישע שפראכן איז גרינגער צו לערנען עספעראנטא ווי נארוועלכע אייראפעישע שפראך.

דער וואָקאַבולאַר פֿון עספּעראַנטאָ שטאַמט בפֿרט פֿון לאַטײַניש און פֿון די ראָמאַנישע און דײַטשישע שפּראַכן (אַרײַנגערעכנט ייִדיש), בשעת איר פֿאָנאָלאָגיע איז באַווירקט געוואָרן פֿון סלאַווישע שפּראַכן.

דער אלפאבעט פון עספעראנטא איז באזירט אויפן לאטיינישן אלפאבעט, אָן די אותיות q ,w ,x ,y אבער מיט נאך זעקס אותיות מיט טאגן: ĉ ,ĝ ,ĥ ,ĵ ,ŝ ,ŭ.

באקאנטע שרייבער אויף עספעראנטא[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף עספּעראַנטאָ