טויט פון עריק גארנער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דעם 17טן יולי, 2014, איז עריק גארנער (ענגליש: Eric Garner) געשטארבן אין דעם טאמקינסוויל געגנט פון סטעטן איילענד, ניו יארק, נאכדעם וואס א פאליצאנט האט אים געהאלטן ביים האלדז אויף 19 סענקונדעס.

עריק גארנער איז געווען א שווארצער מאן וועלכער איז געשטארבן נאכדעם וואס די ניו יארק סיטי פאליציי האבן אים ארעסטירט ווען ער האט נישט געוואלט זיך לאזן ארעסטירן.

כאטש רעזיסטן ארעסט איז א עוולה איז די אויפברויז דא פיל גרעסער וויבאלד ער האט נישט געשטעהלט א פיזישע ווידערשטאנד. און זיין פארברעך איז בלויז געווען פארקויפן אומלעגאלע ציגארעטלעך.

גרענד דזשורי באשלוס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די גרענד דזשורי האט דעם דריטן אין דעצעמבער באשלאסן אז עס איז נישטא גענוג באווייזן צו שטעהלן דעם אכזריות'דיגן פאליציאנט פאר א געריכט.

דער הסבר איז, ווייל כאטש עס יא דא קלארע ווידיאו פון די הארצלאזע רציחה, און פון זיינע לעצטע פארצווייפלטע בעהטענישן עטליכע מאל: איך קען נישט אטעמען, איך קען נישט אטעמען, אבער וויבאלד ער האט זיך נישט געלאזט ארעסטירן איז דער פאליציאנט גערעכט לויטן געזעץ.

רעאקציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער פאלק איז שטארק אויפגעברויזט און האלט אז די פאליציי באנוצט זיך מיט צופיהל מאכט. ספיציעל איז דער באשלוס קריטיקירט געווארן דורך מייקל סעוועדזש א קאנסערוואטיוו וועלכע נעמט זיך געווענליך יא אהן פאר די פאליציי.

העדליינס אין די צייטונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועב[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]