טוביה צפיר
געבורט |
31 דעצעמבער 1945 (אלט 78) תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט |
---|---|
מדינה | ישראל |
טובֿיה צַפֿיר (געבוירן דעם 31סטן דעצעמבער 1945) איז אַן ישראלדיקער אַקטיאָר, קאָמיקער, נאָכמאַכער, שטימע אַקטיאָר, טעלעוויזיע האָסט און פֿאַרוויילער.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צפיר איז געבוירן געוואָרן אין תל אביב מיטן נאָמען טובֿיה קאָזלאָווסקי. געבוירן צו משה און זהבה, ער האָט דערוואַקסט אין אַ טראַדיציאָנעלער הויז פֿון יידישע עמיגראַנטן פֿון פוילן וואס האָבן געוואוינט אין דער פֿלאָרענטין געגנט אין דרום תל אביב. אין די פֿריסטע 1960ער יאָרן האָט צפיר באַקומען זיין גרויסן אַרויסבליץ ווען ער האָט געדינט אין דער נח"ל מיליטער-טרופּע. פֿון זינטן איז צפיר געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע ישראלדיקע טעלעוויזיע, פֿילם און טעאַטער פּערזענלעכקייטן. אַדורך זיין קאַריערע האָט צפיר באַטייליקט אין אַ סך פארוויילונג, הומאָרישע און סאַטירישע טעלעוויזיע און בינע שוישפּילן.
אין די 1970ער האָט צפיר באַטייליקט אין דעם מצליחדיקן סאַטירע פּראָגראַם "ניקוי ראש", אין וועלכע ער האָט אנגעהויבן אויסצופֿירן פֿאַרשידענע אימיטאַציעס פֿון ישראלדיקע פּאָליטיקער ווי יצחק ראַבין און מנחם בעגין. אין די 1980ער האָט צפיר באַווייזט זיך אַ סך מאָל אַלס אַ גאַסט אין דער ישראלישער פארוויילונג פּראָגראַם "סיבה למסיבה", אין וועלכע ער האָט אימיטירט ישראלדיקע פּאָליטיקער און באַטייליקט אין אַ סך קאָמעדיע סקעטשן. אין די זעלבע עפּאָכע האָט ער אויך באַטייליקט אַלס אַ גאַסט אין פֿילע עפּיזאָדן פֿון די ישראלישע סיטקאָם "קרובים קרובים". אין די 1990ער האָט ער געשפּילט אַ סך שטימעס אין די סאַטירישע ישראלישע ליאַלקע פּראָגראַם "החרצופים". אין 2004 איז ער געווען אַ גאַסט אין "השיר שלנו", און אין 2005 אַלס אַ גאַסט אין "טלנובלה בע"מ".
אויך האָט צפיר באַטייליקט אין אַ סך פארוויילונג שוישפּילן, די רוב וועלכע זענען געשריבן געוואָרן דורך דעם סאַטיריסט אפרים סידון.
אַדורך די 1970ער און די 1980ער האָט צפיר באַטייליקט אין אַ סך ישראלישע פֿילמען, וואס שליסן איין "סלומוניקו" (1972), "צ'רלי וחצי" (1974), "חגיגה בסנוקר" (1975), "גבעת חלפון אינה עונה" (1976), "יופי של צרות!" (1976), "הלהקה" (1979), "נישואין נוסח תל אביב" (1979) און "האינסטלטור" (1986).
אַין די 1990ער האָט ער געשפּילט די שטימע פֿונעם דזשין אין די העברעאיש רעדנדיקע ווערסיעס פֿון דיזני'ס אַנימירטער פֿילם "אַלאַדין", זיינע המשך-פֿילמען און דער טעלעוויזיע סעריע. אין 1999 האָט ער געשפּילט דער הויפט כאראקטער פֿון "פּים פּאַם פּאָ".
זינט די 2000ער באַטייליקט צפיר בפֿרט אין ישראלישע שוישפּילן און מעשיות ווידעאָס פֿאַר קינדער אויף DVD און ווידעאָ.
אין 2008 האָט צפיר באַטייליקט אין די ישראלישע דראַמע סעריע "דני האליוואד" צוזאמען מיט גילה אַלמאַגאָר.
פערזענלעכע לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1966 האָט צפיר געהייראט יעל, א פוילישע יידענע וואָס ער האָט באַקאַנט אין עלעמענטאַר שולע, און זי דינט אַלס די פּראָדוצירערין פֿון זיינע פֿאָרשטעלונגען. זיי וואוינען אין רמת השרון און האָבן דריי קינדער, אַרײַנגערעכנט דעם דירעקטאָר און טעלעוויזיע פּראָדוצירער יואב צפיר.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- טוביה צפיר ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)