חיים פאלאדזשי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חיים פלאג'י)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Tomb of Rabbi Chaim Palagi.jpg

רבי חיים פאלאדזשי (י"ט חשוון, ה'תקמ"ח - י"ז שבט, ה'תרכ"ח) איז געווען דיין און שפעטער הויפט רב אין איזמיר, טערקיי.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן אין שטאט איזמיר אין טערקיי, אין יאר ה'תקמ"ז, זיין פאטער איז געווען ר' יעקב ב"ר חיים, זיין מאמע האט געהייסן קאלי קאדין, די טאכטער פון רבי יוסף רפאל חזן, דער מחבר פון די ספרים "חקרי לב".

ר' חיים איז געווען א תלמיד פון ר' יצחק גאטנייו דער מחבר פון די ספרים בית ישחק, בית מועד. אויך האט ער אסאך געלערנט ביי זיין זיידן דער "חקרי לב".

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער זענען:

  • רבי אברהם פאלאדזשי וואס איז געווארן רב נאך אים אין איזמיר. אויך א ריזן בעל מחבר פון ספרים, דער מחבר פון ״ויקרא אברהם״, ״ויען אברהם״, ״שמע אברהם״, ״אברהם אזכור״, ״אברהם את עיניו״, ״אברהם את ידו״.
  • רבי יצחק רחמים נסים דער מחבר פון די ספרים ״יפה ללב״ אויף פיר חלקים פון שו"ע ניין בענדער, און ״נפש היפה״.
  • רבי יוסף דער מחבר פון די ספרים, ״ויוסף אברהם״ (איזמיר ה'תרמ"א) און ״יוסף את אחיו״.

ער איז נסתלק געווארן י"ז שבט ה'תרכ"ח

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט מחבר גאר 68 ספרים:

  • ארצות החיים, צוזאעמענן גענומען אלע מדרשי חז"ל וואס רעדט וועגען די הייליגעקייט און גרויסקייט פון ארץ ישראל, און צוגעלייגט דערויף זיין פירוש
  • הלל הגדול שירות און תשחות וואס מען זאגט ווען עס פאסירט א נס.
  • החפץ חיים פארשידענע הלכות אויף הלכות איסור והיתר און געלד הלכות, מסודר לויט א - ב
  • הכתוב לחיים א פירוש אויף ספר תהלים
  • הערות אויפן סדר הקבלה פון דעם מאירי
  • ובחרת בחיים א פי' אויף חומש מיט רש"י און אויפן רא"ם אויף חומש

זכירה לחיים א פי' אויף זוהר תיקונים און אויף מדרשים

חוקות החיים שו"ת אויף חלק חושן משפט

חוקי החיים א סדר וואס מען לערענט ביי נאכט

  • חיי וחמרא הלכות פון יין נסך