חיים ליבערמאן (זשורנאליסט)

פֿון װיקיפּעדיע

חיים ליבערמאן (אויף ענגליש : Chaim (Herman) Lieberman ;) ‏ 1890 (אָדער 1889 ) – 16טן מיי 1963 , כ"ב באייר ה'תש"ג.

איז געווען א באקאנטער אמעריקאנער זשורנאליסט, ליטעראטורישע קריטיקער און א קאלומניסט אין די " פארווערטס ", באקאנט מיט זיינע שארפע און פאלעמישע ארטיקלען.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חיים ליבערמאן איז געבוירן געווארן אין 1890 אין קאלקי (Kolki) - וואלין, רוסלאנד (אוקראינע) ער איז נתחנך געווארן אין ״חדר״ און אין א פראגרעסיװער אידישער שולע.

אין 1905, אין זײן יוגנט איז ער געװען צװישן די פיל אידן פון רוסלאנד, װעלכע האבן אימיגרירט קײן אמעריקע. דאָרטן האָט ער פארגעזעצט זײַנע שטודיעס אינעם סיטי קאָלעדזש פון ניו יאָרק (1907-10) און דערנאָך אין קאָלאָמביע קאָלעדזש (קאָלאָמביע אוניווערסיטעט), פון וואוּ ער האָט גראַדואירט אום 1926 און ווײַטער פארגעזעצט צו פֿאָרגעשריטענע שטודיעס אין ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע . אין 1930 האָט ער זיך אנגעשלאסן אין דעם רעליגיעז ציוניסטישן באוועגונג .

ער האט געשריבן א פאלעמישן בוך קעגן די בריוון פון שלום אש וואס ער האט געהאלטן פאר מיסיונעריש. זײַן בוך, געשריבן אויף אידיש, איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעאיִש אונטערן טיטל "נצרותו של שלום אש: תגובה על כתביו המיסיונריים". אין א אידישע איבערזעצונג: "דאס קריסטנטום פֿון שלום אַש: אנטווארט איבער זײַנע מיסיאָנערישע שריפֿטן" (תל־אביב, 1954).

אין 1924 האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער צײַטונג " פֿאָרווערטס ", וואוּ ער האָט געשריבן ביז זײַן טויט.

אין 1959 (תשי"ט) האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס קעגן דעם סאטמארער רבי ר' יואל טייטלבוים גערופֿן "דער רבי און דער שטן".

ליבערמאן איז געשטאָרבן אין יאר 1963, אין עלטער פון 73 יאָר.

צו ליינען מער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • הלל זידמן, חיים ליברמן וספרו החדש: סופר גדול במערכה למלחמת ה', המודיע, 19 בינואר 1951, עמ' 4

דרויסנדיגע לינקס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאָאָטנאָטעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]