דזשעב בוש
געבורט |
11 פעברואר 1953 (אלט 71) מידלאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, שפּאַניע |
אונטערשריפט | |
www | |
דזשאן עליס "דזשעב" בוש סיניער (ענגליש: John Ellis "Jeb" Bush Sr ,געבוירן דעם 11טן פעברואר 1953) איז אַן אמעריקאנער ביזנעסמאן און פּאָליטיקער, וואס האט געדינט ווי דער 43סטער גובערנאטאר פון פלארידע פון 1999 ביז 2007.
זיין צונאמען זשעב (Jeb) איז פון די ראשי תיבות פון זיין נאמען דזשאן עליס בוש (Jhon Elis Bush)
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דזשעב בוש איז געבוירן אין מידלאנד טעקסאס און ווען ער איז אלט געווען 6 יאר האט זיך זיין משפחה אריבערגעצויגן צו היוסטן, טעקסאס. ער איז דער צווייטער זון פונעם 41סטן פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש און באַרבאַראַ בוש, און דער יונגערער ברודער פונעם 43טן פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש. ער האט שטודירט אין פיליפס אַקאַדעמיע אין ענדאווער, מאסאטשוסעטס, און האט אויך שטודירט אין דעם אוניווערסיטעט פון טעקסאַס, וואו ער האט באקומען א דיפלאם אויף לאטיין־אמעריקאנישע עניינים. אין 1980 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין פלארידע און אנגעהויבן א קאַריערע אין ריעל עסטעיט דיוועלאפמענט.
אין 1974 האט בוש געהייראט קאָלומבאַ גאַללאָ און זיי האבן געהאט דריי קינדער צוזאמען:
- דזשארזש פ.
- נאָעלע
- דזשעב דזשוניער
פאליטישע טעטיקייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גובערנאטאר פון פלארידע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1994, איז בוש געלאפן דער ערשטער מאל פֿאַר אָפיס, ער האט דעמאלטס פארלוירן די וואַלן פֿאַר דעם דעמאלטדיגען גובערנאטאר לאטאן טשילעס מיט ווייניגער ווי צוויי פּראָצענט. בוש איז ווידער געלאָפֿן אין 1998 און האט באזיגט דעם לוטענאַנט גובערנאטאר באַדי מאַקיי מיט 55 פּראָצענט פון די שטימען. ער איז געלאָפֿן פֿאַר ווידערווילונג אין 2002, און האט באזיגט ביל מאַקברייד מיט 56 פּראָצענט, און איז געווארן דער ערשטער רעפובליקאַנער גובערנאטאר צו געווינען צוויי-טערמינען אין פלארידע׳ס רעגירונג.
2016 פרעזידענטליכע וואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בוש איז א געוועזענער קאנדידאט אין די פרעזידענטליכע פריימעריס פון דער רעפובליקאנער פארטיי אין די וואלן פון 2016. ער האט פארלוירן די פריימעריס צו דאנאלד טראמפ וואס האט דערנאך באזיגט דעם דעמאקראטישן קאנדידאט, הילערי קלינטאן.
טראמפ האט ביי די פריימעריס אראפגעמאלן בוש אלץ א ווייניג ענערגיע קאַנדידאַט, און האט אים אויך אראפגעריסען צוליב דער איראקער מלחמה וואס זיין ברודער איז אריין.