זלמן שניאור

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זלמן שניאור אין 1949

זלמן שניאור (1887- דעם 20סטן פֿעברואַר 1959) איז דער פּסעוודאָנים פון שניאור זאַלקינד, אַ ייִדיש־העברעיִשן פּראָזאַיִקער און דיכטער. זייַנע ווערק ווערן באַטראַכט ווי אַ מייַלשטיין אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור און אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

לעבן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שניאור איז געבוירן אין שקלאָוו אין מאָהילעווער (מאָליעווער) גובערניע, אין מזרח תּחום־המושב אין דער צאַרישער אימפּעריע (הייַנט: ווייַסרוסלאַנד). ער האָט אָפּגעשטאַמט פֿון דער באַקאַנטער ליבאַוויטשער חסידישער (חב"ד) שניאורסאָן־משפּחה, איז אויסגעוואַקסן אין אַ טראַדיציאָנעלער סבֿיבֿה און האָט באַקומען אַ רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. שוין צו 8־9 יאָר אָנגעהויבן שרייַבן לידער אויף ייִדיש און העברעיִש.

אין אַלטער פֿון 13 יאָר איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אָדעס וווּ חיים נחמן ביאַליק האָט אים וואַרעם אויפֿגענומען. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים, מיט משה־לייב ליליענבלום און מיט יהושע־חנא ראַבֿניצקי. אין 1902 איז ער אַוועק קיין וואַרשע וווּ ער האָט געאַרבעט אין דאָרטיקן "תּושיה־פֿאַרלאַג" און וווּ דוד פֿרישמאַן האָט אים מקרבֿ געווען. אַ קורצע צייַט איז ער געווען דער פּערזענלעכער סעקרעטאַר פֿון יצחק לייבוש פּרץ. אין 1903 זיך אומגעקערט קיין שקלאָװ און אין 1904 האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ ער האָט געשריבן פֿאַר אַ לאָקאַלער העברעישער צייַטשריפֿט. די שטאָט ווילנע האָט ער שפּעטער באַשריבן אין דער פּאָעמע וילנה. אַ יאָר נאָך דעם איז שניאור אַוועק קיין שווייץ, שפּעטער קיין פּאַריז וווּ ער האָט שטודירט אין דער סאָרבאָנע ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע און נאַטור־וויסנשאַפֿט.

צווישן 1908 און 1913 איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער אייראָפּע און צפֿון־אַפֿריקע. במשך קירצערע פּעריאָדן האָט ער זיך געלערנט אין דער שווייץ און אין דייַטשלאַנד.

די ערשטע וועלט־מלחמה האָט ער דורכגעמאַכט אין בערלין פֿון וואַנען ער האָט, ווי אַ רוסישער בירגער, נישט געטאָרט אַרויספֿאָרן. דאָרטן האָט ער איבערגעריסן די שריפֿטשטעלערישע טעטיקייט, שטודירט מעדיצין און געאַרבעט אין אַן אָרטיקן שפּיטאָל. אין 1919 איז ער געפֿאָרן קיין אַמעריקע, זיך שפּעטער אומגעקערט קיין בערלין. אין 1923 האָט שניאור זיך באַזעצט אין פֿראַנקרייַך, וווּ ער האָט געלעבט ביז 1941 מחמת דער אינוואַזיע פֿון די נאַציס אין 1940. ער איז אַנטלאָפֿן קיין שפּאַניע און פֿון דאָרטן קיין אַמעריקע (ניו־יאָרק). אין 1925 און אין 1936 האָט ער געפּרוּווט זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל וווּ ער האָט נישט באַקומען די געהעריקע הילף זיך אייַנצואָרדענען. דאָס האָט אין אים איבערגעלאָזן אַ פֿאַרביטערטקייט קעגן ציוניזם. סוף 1949 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל, און זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ און שפּעטער אין רמת־גן. נאָך זייַן עליה האָט שניאור אָנגעהויבן שרייַבן פֿאַר די טאָגצייַטונגען און אַרויסגעגעבן פֿאַרשיידענע ביכער. צוליב זייַן פֿאַרדינסט פֿאַר דער העברעיִשער קולטור האָט שניאור באַקומען דעם "פרס ביאליק" (1951) און דעם "פרס ישראל" (1955). צוליב געזונט־טעמים צוריקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע אין 1955.

זלמן שניאור איז נפֿטר געוואָרן אין 1959 אין ניו־יאָרק.

ווערק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שניאורס וויכטיקסטער ליטעראַריש־קינסטלערישער אויפֿטו איז אין דער העברעיִשער פּאָעזיע, אָבער זייַנע הויפּטווערק אין פּראָזע זענען אין ייִדיש. זייַנע ווערק, צווישן אַנדערע שקלאָווער ייִדן און נח פּאַנדרע, זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן.

אין 1901 האָט ער דעביוטירט מיט לידער אין מרדכי ספּעקטאָרס "יודישע פֿאָלקסצייַטונג". אין זייַן ווילנער תּקופֿה האָט ער זיך אַלץ מער גענומען שרייַבן אין ייִדישע אויסגאַבעס. אין "דער נייַער וועג", "דאָס ייִדישע פֿאָלק" האָט ער פֿארעפֿנטלעכט די פאָעמעס פֿייַער, מעשׂה בראשית, די פֿרייַהייט און די דערציילונגען נקמה, אויף ביידע זייַטן פֿון דניעסטער. אויכעט אין אַנדערע ייִדישע זשורנאַלן פּובליקירט לידער און דערציילונגען. ער איז געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "מאָמענט", "צוקונפֿט" א"אַ.

שניאורס וויכטיקסטע שאַפֿערישע פּראָזע־תּקופֿה אין ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן אין 1927. ער איז געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" און דאָרטן האָט ער פּוביליקירט קלענערע פּראָזע־ווערק און גרויספֿאַרנעמיקע ראָמאַנען, וואָס זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין אַנדערע ייִדישע צײַטונגען ("מאָמענט", "צייַט", א"אַ). צו גלייַך האָט ער געשריבן זכרונות און אַרטיקלען וועגן ייִדישע שריפֿטשטעלערס (מענדעלע מוכר ספֿרים, שלום־עליכם, חיים נחמן ביאַליק, א"אַ). אַ סך ווערק פֿון שניאורן פֿאַרמאָגן אַ גרויסן דראַמאַטישן שטאָף. אין די דרייַסיקער יאָרן איז בייַ שניאורן אויפֿגעקומען דער פֿאַרלאַנג צו זען זייַנע ווערק אויף דער ייִדישער אָדער העברעיִשער בינע. מאָריץ שוואַרצעס באַאַרבעטונג פֿונעם ראָמאַן נח פּאַנדרע איז אויפֿגעפֿירט אונטער דעם נאָמען דאָס געזאַנג פֿון דניעפּער אין ייִדישן קונסט־טעאַטער. שניאור האָט נאָך אין זינען געהאַט צו דראַמאַטיזירן עטלעכע ווערק און געהאַט דרייַ פֿאַרענדיקטע דראַמעס (דער קאָפּ, דער וואַלד, דער נבֿיא) אָבער עס איז אים מער נישט געלונגען דורכצופֿירן זייַנע פּלענער.

פֿון די לידער וואָס ער האָט געשריבן זענען עטלעכע געזונגען געוואָרן פֿון פֿאָלק אויף ייִדיש: מאַרגעריטקעלעך, קאַרשן, פֿרילינג א"אַ.

רשימה פֿון די ווערק אויף ייִדיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רשימה פֿון די ווערק אויף העברעיִש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • עם שקיעת החמה: שירים, 1900–1906. ורשה: תושיה, תרס"ז/ 1907.
  • מן החיים והמוות: רשימות וסיפורים. ורשה: תושיה, תר"ע/ 1910.
  • עם צלילי המנדולינה: שירים. תרע"ב/ 1912.
  • שירים ופואימות: 1900–1913. אודסה: מוריה, תרע"ד/1914.
  • גשרים: שירים ופואמות תר'ס–תרע'ב. ברלין: הספר, תרפ"ב/ 1922.
  • במצר: קבץ ספורים תרס'ג–תרע'א. ברלין: הספר, תרפ"ג/ 1923.
  • וילנה. ברלין: הספר, תרפ"ג/ 1923.
  • חזיונות: שירים ופואמות תרע'ב–תרפ'א. ברלין: הספר, תרפ"ד/1923.
  • לילדי ישראל: שירי ילדים. פריז: הוצאת ועד היובל, תר"ץ/ 1930.
  • פרקי יער. תל אביב: דביר, תרצ"ג/ 1933.
  • אנשי שקלוב. תל אביב: עם עובד, תש"ד/ 1944. (איבערגעזעצט פֿון ייִדיש שקלאָווער ייִדן.)
  • פנדרי הגיבור. עם עובד, ?. (איבערגעזעצט פֿון ייִדיש נוח פּאַנדרע.)
  • לוחות גנוזים. עם עובד, תש"ח/ 1948.
  • שירי זלמן שניאור. הוצאת עם עובד, תשי"א/ 1951.
  • הגאון והרב. תל אביב: עם עובד, תשי"ג/ 1953.
  • ח.נ. ביאליק ובני דורו. תל אביב: עם עובד, תשי"ג/ 1953.
  • דור דור ואנשיו: סיפורים. תל אביב: יבנה, תשי"ז/ 1957.
  • שירים. דביר, תשי"ח/ 1958.
  • כּתבי ז. שניאור. (תּש"ך)/ 1960.
  • ימי הביניים מתקרבים!: מבחר שירים. קשב, תשע"א/ 2011.

דרויסנדיקע פֿאַרבינדונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביבליאָגראַפֿיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • לעקסיקאָן פֿון דער נייַער ייִדישער ליטעראַטור. בד.8, זז' 750-754. ניו־יאָרק: אַלוועלטכעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס 1981.
  • ראַוויטש, מלך: מייַן לעקסיקאָן. בד. IV, 2, זז' 360-363. תּל־אָבֿיבֿ: וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, 1982.