זכריהו עלעפאנט

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב זכריהו עלעפאנט
הרב זכריהו עלעפאנט
ר' זכריהו עלעפאנט'ס חתימה
די מצבה

רבי זכריהו עלעפאנט אדער זכריה עלעפאנט (אונגאריש: Zoltan Elefánt, ענגליש: Sol Elefant;‏11טן פעברואר 1886, קאראס, אונגארן - יוני 1957 ניו יארק) איז געווען א מחבר-ספרים, פארלעגער און מוכר ספרים.

לעבנס געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי זכריהו עלעפאנט איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאט קאראס, אונגארן, צו זיין פאטער הרב דב בעריש עלעפאנט, און זיין מוטער מרת באווא (געב׳ אייזנבערגער). ער איז אויפגעוואַקסן אין א חסידישער סביבה. אלס בחור פלעגט ער לערנען אין דער ישיבה אין סיגעט און אנדערע ישיבות.

א פאר יאר פאר דער ערשטער וועלט קריג, האט ער פארהייראט זיין פרוי, שרה (געב' כהנא, פון פוילן), וואס איז געווען מיוחס צו בעל קונטרס הספיקות. זיין עלטסטער זון, אליה, איז געבוירן געוואָרן אין 1913, אין טשעכאסלאוואקיי.

אין 1923 האט ער מיט זיין ווייב און דריי קינדער זיך געצויגן קיין ניו יארק, אמעריקע.

אין ניו יארק, האט ר' זכריה געעפנט א קליינעם ספרים געשעפט אויפן לאוער איסט סייד, 40 קאנאל סטריט, און פארקויפט "כתבי-יד יקרי-המציאות"‏[1] און ספרי-תורה אויכעט.‏[2]

אין שנת תרח"ץ האט ער געדרוקט מיט זיין פאטער, הרב דב בעריש עלעפאנט, זיין פאטער'ס רבי'ס (רבי חיים הערש מאנהיימער) ספר, שו"ת "עין הבדלח" . נאָך זיין פאטער'ס פטירה האט ער געדרוקט נאך איין ספר "עין הבדולח" (שיעורים על הש"ס) אין ה'תש"ד.

די ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק האט צוויי כתב־יד׳ן מיט זיין שטעמפל, וואס שטאמען פון ר' זכריה'ס פריוואטער ביבליאטעק.‏[3]

ספרים געדרוקט געווארן דורך "הוצאת זכריהו עלעפאנט"[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. זעט וואס ר' יצחק גליק האט געשריבן אין: בנימין וואף לעוו, שערי תורה, חלק ד, כרך א, בלאט 11: "לזכר עולם ולעי"נ הרבני הגדול בתורה מוה"ר זכרי' עלעפאנט ז"ל ובנו הרה"ח מו"ה חיים אלי' ז"ל נפט' כ"ג אייר תשל"א , אשר הצילו ושמרו על כתבי היד של רבינו, ומהם זכיתי והגיעו לרשותי".
  2. זעט, צום ביישפיל: המאור, שנה ג, חוברת ו (ב) (אדר ה'תשי"ב), בלאט 29, אן אדווערטייזמענט: "זכרי' עלעפאנט, מוכר ספרים...";
    און צום ביישפיל: המאור, שנה א, חוברת ב (ניסן ה'תש"י), בלאט 21, אן אדווערטייזמענט: "מוציא לאור ספרים וכתבי יד יקרי המציאות...".
  3. ר' אהרן קוטנא - חדושים על התלמוד: על מסכתות חולין, בבא מציעא, בבא קמא, יומא, מכות, כתובות, קידושין, ברכות. זיין שטעמפל איז אויף בלאט 131
    ר' אהרן קוטנא - חדושים על התלמוד: על מסכתות ברכות, שבת, כתובות, פסחים, עירובין, סוכה, יומא ומגילה

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]