זכרון משה עה"ת
מראה
זכרון משה איז א ספר וואס אנטהאלט חידושים עה"ת ווי אויך הגהות אויף רש"י און אור החיים הקדוש, פון רבי משה'לע זידיטשויבער וועלכער האט געוואוינט אין מונקאטש סוף ימיו.
דאס ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך ר' יעקב חיים רוטנער אין יאר תשמ"ה וועלכער האט געראטעוועט דאס ספר אין דער שטאט מונקאטש ווען ער האט זיך געפינען אונטער די קאמוניסטן.
אין דער הקדמה שרייבט ער אז דער מחבר—ר' משה'לע זידיטשובער- האט אויך געשריבן זיינע הגהות אויף די ד' חלקי שו"ע, נאר עס איז אים נישט געלונגען דאס צו ראטעווען.
ר' יעקב חיים האט גענומען הסכמות פון סאטמארער רבי'ן בעל ברך משה, און דער פאפער רב האט צוגעשריבן דערצו. און פון הרב יצחק יעקב ווייס בעל מנחת יצחק.
ער האט גערופן דאס ספר "זכרון משה" וויבאלד דער מחבר ר' משה'לע האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.