לדלג לתוכן

זיסי ווייצמאן

פֿון װיקיפּעדיע
זיסי ווייצמאן
קיין פריי בילד
געבורט 30 נאוועמבער 1946
בעלץ, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 נאוועמבער 2020 (אלט 73)
באר שבע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד, רוסלאנד, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זיסי ווייצמאַן (רוסיש: Зиси Вейцман, געב. 1946) איז אַ ייִדישער דיכטער.

זיסי ווייצמאַן איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט בעלץ, היינט אין מאָלדאָווע. אַ סך יאָרן האָט ער געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי אַלס אָפיצער פון אײַזנבאַן-מיליטער. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אויף די שפּאַלטן פונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1971. ער האָט זיך געדרוקט אויך אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". זיסי ווייצמאַן האָט אָנטיילגענומען אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג פון סאָוועטישע ייִדישע דיכטער "האָריזאָנטן", וואָס איז דערשינען אין 1987 אין מאָסקווע. זינט סוף 80ער יאָרן דער דיכטער געווען טעטיק אים דער ייִדישער געזעלשאַפט "תרבות לעם" פון דער רוסלענדישער שטאָט סאַמאַרע, וווּ ער האָט דעמלט געוווינט. אין 2006 איז ער עולה געווען קיין ישראל און ער וווינט אין באר-שבע.

  • Лэхаим!, סאַמאַרע, 1991 (איבערגעזעצט אין רוסיש דורך לעאָניד שקאָלניק)
  • אַ פֿריילעכער רעגן, תל-אָביב, 2016.