זאת חנוכה
זאת חנוכה אזוי ווערט גערופן אין ספרים דער אַכטער טאָג חנוכה (וואס געפאלט ב׳ טבת אָדער ג׳ טבת ), ווייל אין דעם תורה לייענען פון דעם טאָג זענען די ווערטער "זאת חנוכת המזבח". אמאל פֿלעג מען רופן דעם טאג ביי אשכנזישע יידן מיטן נאמען "חנוכת המזבח".
דער מהרי״ל אין זיין ספר פון מנהגים[1] דערמאנט דעם מנהג פון דעם ריינוס יידנטום אז אום אַכטן טאָג פון חנוכה טוט מען נישט קיין מלאכה. היינט איז א מנהג ביי א סך אדמורי״ם צו פירן טיש דעם טאָג.
באדייטן פון דעם טאָג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זאת חנוכה און ברית מילה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער מהר"ל פון פראג אין זײַן ספר "נר מצוה" באצייכענט דעם פאראלעל צווישן זאת חנוכה, וואס איז דער אכטער טאג חנוכה, און ברית מילה וואס ווערט דורכגעפירט דעם אכטן טאג פון דער געבורט פון א יידיש יינגל. דער נומער 7 באצייכענט טבע (נאטור) און 8 איז ״למעלה מן הטבע״ (העכער פון נאטור). די זעקס טעג פון מעשה בראשית און שבת — דאָס איז נאַטור, און דער אַכטער טאָג איז העכער פון נאַטור. אזוי איז א קליין קינד באשאפן מיט אַן ערלה – דאָס איז נאַטור, און אום אַכטן טאָג נאָך מילה עס ווערט העכער פון נאטור.
אסרו חג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה אריה לייב אלטער פון גער, אין זײַן ספר "שפת אמת" שרייבט אז דער לעצטער טאג חנוכה איז אזוי ווי אסרו חג, איז שווער פאר אונז צו שיידן זיך פונעם אייבערשטן, און דאס לאָזט איבער מער באלייכטונג און איינפלוס אויף דער רעשט פון יאָר. [מקור פארלאנגט]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ ספר מהרי"ל, הלכות חנוכה, עמוד 57.
אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.