וויקיציטאט
מראה
וויקיציטאט אדער וויקיציטירן (ענגליש: Wikiquote) איז א וויקימעדיע פונדאציע פראיעקט וואס אנטהאלט א דאטעבאזע פון אויסדרוקן אין קורצן, פון באוואוסטע פערזאנען, טראץ וואס א ציטאט מיינט אז מען ציטירט א פראז פון א לענגערע ארטיקל, אבער אין דעם איז אריינגערעכנט, יעדעס סארט פראזע, שלאג-ווארט, שפריכווארט, אַפאָריזם צו מעטאפאר.
ציטאטן פון יידישע שרייבער, פון אמאל און היינט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "דאס שטארקייט פון א פאלק, דערקענט מען אין זייער געלעכטער."
- "אויב איז דאָ אויף דער וועלט גערעכטיקייט, זאָל עס דערשײַנען באלד!"
- "וואס קלוגע פאבריצירן קענען נישט רייכע פארדינען."
- "אויך ווען ס'איז עק וועלט, איז אויך פארהאן א וועלט."
- "ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל וויינען, קען איך שוין לאכן.."
- "נערווען איז אסאך חשובער ווי געלט."
- "די בעסטע לעמעלע קאן אויך אמאל בייסן."
- "דער שלימזל, שטאלפערט זיך איבער א שפענדל אויכעט."
- "די נודניקעס: זענען זיי דא, קען מען נישט פטור ווערן פון זיי, ווערן זיי פארלוירן קען מען זיי נישט טרעפן..."
- "לאכן איז גוט פאר'ן געזונט, דאקטוירים הייסן לאַכן."
- "דאס לעבן איז [אַ חלום] פֿאַר די קלוגע, אַ שפּיל פֿאַר די צערידערטע, אַ קאָמעדיע פֿאַר די רייַכע, און אַ טראַגעדיע פֿאַר די אָרעמע.
- "אז גאט וויל שיסט א בעזים, נאר היינט האט ער נישט געוואלט..."
פארשידענע ייִדישע שפּריכווערטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "האסט גוט געזאגט, אבער צו שווייגן גרייכט עס נישט."
- "אַ קראַנקן פֿרעגט מען, א געזונטן גיבט מען."
- "א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס."
- "א מיאוסע לאַטע איז בעסער ווי אַ שיינעם לאָך."
- "אַ קלאַפ פֿאַרגייט, אַ וואָרט באַשטייט."
- "אויב אַלע זאָגן 'שיכור' - לייג זיך שלאָפֿן."
- "אונטער'ן וואנט, הערט מען דאס אייגענע שאנד."
- "אַז אַן אָרעם מיידל גייט טאַנצן, גייען די כליזמר פישן."
- "קליינע קינדער לאזן נישט שלאפן; גרויסע קינדער לאזן נישט לעבן."
- "אַלע שוסטערס גייען באָרוועס."
- "אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם."
- "די אייער ווילן זיין קלוגער פון די הינער."
- "דער פיש שטינקט פון קאפ."
- "אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט."
- "דער גאָט גיבט די קעלט נאָך די קליידער."
- "אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל."
- "דאָס עפּל פֿאַלט ניט װײַט פֿון ביימעלע."
- "דער שכל קומט נאָך די יאָרן."
- "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל רינען איבער'ן באָרד."
- "מ'לעבט א יאָר זיבעציג, און מ'שטאַרבט אַ נאַר."
- "אַ סַך מלאָכות און ווייניג ברָכות."
- "קיינער ווייסט נישט וועמען דער שוך קוועטשט."
- "אַז מ׳בריעט זיך אָפּ אין הייסן, בלאָזט מען אויפֿן קאַלטן."
- "אַ חיסרון, די כּלה איז צו שיין."
- "מ׳גיבט זיך אַ קניפּ אין באַק אבי די פֿאַרב זאָל שׁטיין."
- "אַ שטילער וואָרעם גראָבט טיף."
- "אַ בייגל פֿאַר אַ גראָשן, אָבער דער גראָשן איז נישטָא."
- "אַז מ׳לגייט נישט אַריין, נעמט מען נישט אַרויס."
- "איינס געהאלט און צוויי באַהאַלט."
- "אַליין איז אַ נשמה ריין."
- "דער מענטש טראכט, און גאט לאכט."
- "יעדן דאַכט זיך אַז בייַם צווייטן לאַכט זיך."
- "יעדע שטעקן האט צוויי עקן."
- "ס'וועט העלפֿן ווי א טויטן באנקעס."
- "פֿון א חזיר שווענצל קען מען קיין שטרייַמל נישט מאַכן."
- "רעדן איז זילבער און שווייגן איז גאלד."
- "יעדער גאון האט זיין שיגעון."
- די וועלט איז נאך נישט אונטערגעגאנגען
- אויס קאפעליטש-מאכער
אויסדרוקן פון וועלטליכע פיגורן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "מיינע קעגנער פלעגן לאכן פון מיר, כ'מיין אז היינט לאכן זיי שוין גארנישט..."
- "דאס בעסטע קומט נאך יעצט!"
- "א קריג קען יעדער מאכן, אבער שלום קען נישט יעדער מאכן."
- "זיץ נישט אויפ'ן פלי-פעלד און ווארט אז איינער זאל דיר אויפהייבן, נאר שטארק דיך און הייב דיך אליינס אויף."
- די גרויסע לייט וואס האלטן אז נישט האבן א שיסער דאס האלט אפ מארד, דאן פארוואס גייען זיי ארום מיט געווער?
- די לינקע זענען בייז, אז כ'האב אפגעהאלטן זייערע צילן אויפ'ן לאנד; און די לאנד איז דען נישט בייז, דאס וואס זיי ווילן טוהן?
- דער שונא האט זיך ארויסגעשטעלטש ווי א גיבור; דערווייל, ווען איך האב אים באזיגט, האט ער געציטערט ווי א שוואכלינג.
- פאליטיקער לויפען יארן, און זאגען-צו א וועלט; און איך ביזנעסמאן האב געוואונען דאס ערשטע מאל, און באלד געטון צום זאך! ווייל כ'האב געוואלט טון, נישט נאר צוזאגן...
ציטאטן פון באקאנטע לייט, פון אמאל און היינט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אָדער וועל איך געפֿונען אַ וועג, אָדער וועל איך אויסטרעטן א וועג - פּיליפּ סידני
- פחד איז ווייטאג וואס קומט פון ערווארטן שלעכטס - אריסטא
- דער הייַנט איז דער תּלמיד פון נעכטן - טאמעס פולער
- ווערטער זענען הענג-נאגלן צו הענגען דערויף געדאנקען - הענרי וואַרד בילכער
- ווער ס'האט זיך געפונען, וועט זיך שוין נישט פארלירן, און ווער ס'האט פארשטאנען דאס מענטשעלע אין זיך, וועט פארשטיין אסאך אנדערע - סטעפאַן צווייג
- דער געוואגטער, הייסט א א ווילדער, ביים פחדן - אריסטא
- זעלבסטמארד איז געזעצליך פארבאטן, דאך, וואס וועט די רעגירונג טון אויב איינער פארלעצט דעם געזעץ.. - דאַמאָן רוניאָן
- דאס לעבן איז א מילשטיין, אדער צעגראדזשעט עס דיר, אדער שלייפט עס דיר אויס, ס'ווענדט זיך וויאזוי ס'איז צוזאמגעשטעלט - דזשאַקאָבאָוו עם בראַוד
- ליבהאבן מיינט פארליידן, און דאס צו דערטראגן ברויכסטו ליבהאבן, אבער דאן ליידטסו פון ווייניג ליבע; קומט אויס, ליבן איז ליידן, נישט ליבן איז אויך ליידן, צוזיין גליקליך מיינט ליב האבן, קומט אויס אז צוזיין גליקליך דארף מען ליידן, אבער דאס מאכט דיך אומגליקליך. וועגן דעם, צו טרעפן גליק, דארפסטו ליב האבן אדער ליבהאבן צו ליידן, אדער ליידן צוזיין גליקליך.. וואודי אלען
- אינעם לעבן-קראָם, קענט איר אלעס קויפן, אבער אלעס האט א פרייז; ביסטו צו קלוג, ביסטו איינזאם. ביסטו זייער אמת'דיג, האסטו פיינט. ליבשאפט קומט מיט נאכגעבן. צוזיין א אקטיוויסט, דארף מען אסאך איינשטעלן; יעדער קויפט זיך איין, כאטש נישט יעדער זעט באלד די הויעכע פרייז - טאַמאַר טור-יאַירי
- פאנטאזיע איז חשובער פון וויסנשאפט, ווייל וויסנשאפט איז באגרעניצט, און פאנטאזיע נעמט אריין א וועלט.. - אלבערט איינשטיין
- יעדעס ביכל איז נאך א נוסח פונעם וועלט, אויב דו גלייכסט עס נישט, שרייב דיר א צווייטער נוסח - סאלמאן רושדי
- דאס אמת קומט פון קרעדיט, ווייטער אונזערע מחשבות און שיטות, זענען גענוי ווי פאפירענע געלט, וואס איז בחינם נעמט יעדער גערן - וויליאמס דזשעימס
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פראיעקטן פון וויקימעדיע פונדאציע
וויקיביכער • וויקימעדיע קאמאנס • וויקיווערטערבוך • וויקיציטאט • וויקינייעס • וויקיפעדיע • מעדיעוויקי • וויקיביבליאטעק