ווייס בעקעריי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווייס בעקעריי איז די סאמע עלטסטע כשרבעקעריי אין וויליאמסבורג, געעפנט געווארן ממש נאך דער מלחמה דורך שלמה ווייס.

גרינדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער בעקעריי איז געעפנט געווארן ממש נאך דער מלחמה דורך שלמה ווייס וואס איז געווען באקאנט אלס א גרויסער בעל צדקה ורודף חסד, און גאר אן ערליכער איד, ווי דער סאטמאר רב האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז ר' שלמה איז אן אמת'דיגער ערליכער איד. ר' שלמה קומט אריגינאל פון וויען, עסטרייך, וואו ער האט געוואוינט פאר די מלחמה. זיין טאטע האט שוין געהאט דעמאלט א בעקעריי אויף א גרויסע פארנעם, און ר' שלמה איז שוין דעמאלט געווען באקאנט אלס א איש חסד.

ער פלעגט פארטיילן פאר ארימע אידן און משפחות געבעקסן און גרויסע געלטער. זיין טאטע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים, "אל הנער הזה התפללתי". דער גאלאנטער רב האט געזאגט אויף אים, אז א העלפט פון די צדקה אין וויען, קומט פון ר' שלמה ווייס.

נאך דער מלחמה איז ער קודם אנגעקומען קיין לאנדאן, און שפעטער קיין אמעריקע. דעמאלט האט ער געעפנט די בעקעריי. עס איז שוין געווען דעמאלס בעקערייען וואס האבן זיך פאררופן "כשר", אבער איז דאס כשרות געווען זייער שוואך דארט, אדער בכלל נישט. אבער אויך אין אמעריקע, האט ער נישט נאכגעלאזט פון זיינע מעשים צדקה וחסד. עס איז פארהאן צענדליגער אויב נישט הונדערטער מעשיות, ווי אזוי ער האט ארויס געהאלפן אידן נצרכים מיט עסן. די בעקעריי איז נישט ממש געווען א פלאץ פון וואנעט ער האט נאר געוואלט מאכן געלט, נאר א פלאץ פון צדקה וחסד. ער פלעגט אלץ פראבירן צו שטיצן נויטבאדערפטיגע אידן, אויף אלע ערליי וועגן וואס ער האט נאר געקענט. ווען ער פלעגט באמערקן א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן, פלעגט ער עס געבן בחינם און ער פלעגט צוריק געבן רעשט אז יענער זאל זיך נישט פארשעמען פון די אנדערע קאסטומערס.

די בעקעריי אמאל, פלעגט האבן א גרעסערע ליין פון זאכן ווי היינט. לאקשן פלעגט מען אליינס מאכן אין בעקעריי. אויך זופ מאנדלען פלעגט מען מאכן אין בעקעריי, ווי אויך פערפל איז געווען די פלאץ אין בעקעריי, אנדערש ווי היינט וואס עס איז פארהאן באזונדערע קאמפאניס פאר דעם, און מען פארקויפט עס נאר אין א שפייזקראם, און מען קען עס נישט טרעפן אין א בעקעריי היינט.

אמאל פלעגן טאקע אלע געשפעטן צומאכן פרי, זעקס אזייגער איז שוין יעדער געווען פארמאכט, אבער ר' שלמה ווייס׳נס איז געווען דאס איינציגסטע געשעפט וואס פלעגט צומאכן שפעטער ארום אכטע ניין, וואו יונגעלייט פלעגן אריבער קומען קויפן איבערבייס פארן אהיים גיין ביינאכט, ווי אויך פלעגט מען פארקויפן געטראנקען ווי מאראנצן זאפט און מילך, וואס איז דעמאלסט געווען א חידוש פאר א בעקעריי, אנדערש ווי היינט וואס יעדע בעקעריי האט א ריזן פרידזשידער אנגעפילט מיט אלע געטראנקען. אמאל איז נישט געווען אזוי.

היינט איז א חמצ'דיגע בעקעריי א עקסטערע ליין פאר זיך, און פסחדיגע פראדוקטן איז באזונדערע מסכתא פאר זיך, מיט באזונדערע קאמפאניס וואס זענען פארנומען א גאנץ יאר מיטן באקן אלע מיני געבעקס פאר פסח. אבער אמאל ביי ר' שלמה ווייס בעקעריי פלעגט מען כשר'ן די בעקעריי און צודעקן די פאליצעס א וואך פאר פסח, און מען האט פארקויפט אלע פסחדיגע פראדוקטן.‏[1]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]