לדלג לתוכן

וואסערמעלאן

פֿון װיקיפּעדיע
א פארמאכטער וואסערמעלאן.
אויפגעשניטענע וואסערמעלאנען.
אן קערנדלעך.
צעשניטן גרייט צו עסן.

וואסערמעלאן אדער קאווענע אדער ארבוז אדער רויטער מעלאן (Citrullus lanatus) איז א גרויסער שווערער פרוכט אויבערפלעכטלעך ענלעך צו א מעלאן.

ער איז גרין מיט שטרייכן פון הויל גרין פון דרויסן איינגעהילט אין איר גאר שטארקע העלמט שאלאכץ.

פון אינעווייניג איז ער געוויינליך רויט אדער ראזע . זיין טעם איז זיס.

עס קומען רוב מיט שווארצע גרויסע גליטשיקע קערנדלעך.

עס איז אויך דא מיט ווייסע קערנדלעך וואס מען נוצט צו מאכן אבטיח געזאלצענע מאנדלן. אדער אויל.

היינט וואקסט מען דאס אן קערנדלעך אויכט.

זיין סעזאן איז געוויינליך זומער. און עס איז די פרייליכסטע און באליבסטע פרוכט.

אין דעם וואסערמעלאן איז געווענליך נישט פארהאן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער ס'איז פארהאן אנווייזונגען צו קלערן אז יא, מוז מען עס קאנטראלירן פאר מען עסט אים.

דער וואסערמעלאן איז פון די פרוכט וואס וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם וואסערמעלאן די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון ראש השנה פון דעם זיבעטן יאר, ביז חנוכה פון דעם אכטן יאר.

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון