לדלג לתוכן

ו'א'

פֿון װיקיפּעדיע

אין חז"ל (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די וועלט גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זיבעטע טויזענט יאר וואס איז מרומז אויפן טאג פון שבת וועט די וועלט חרב ווערן און עס גייט נאר פארבלייבן דער אויבערשטער אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב) ונשגב ה' לבדו ביום ההוא, און א טאג פון אויבערשטען איז 1,000 יאר, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול. אביי זאגט אז 2,000 יאר גייט עס זיין חרב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע פסוק.

די גמרא (סנהדרין צז:) זאגט אויך אז די צדיקים גמורים גייען נישט שטארבן דעמאלטס, נאר וועלן שוועבן אין די ספערן, ביזן צייט פון עולם הבא.

דער רשב"א (שו"ת ח"א סימן ט) איז מסביר, אז אפילו די וועלט וועט זיין וויסט, וועט זיך די צייט רעכענען כאילו די וועלט וואלט ווען געשטאנען, וואס דאן וואלט עס געדויערט הונדערט יאר.

אין א אנדער מדרש (פרקי דרבי אליעזר) שטייט אז די הימל און ערד גייען באנייט ווערן, און אלע באשעפענישען גייען טועם זיין א טעם פון טויט אויף 2 טאג, און אין די דריטע טאג וועט די אויבערשטער אלעס באנייען און אויפלעבן די טויטע. אבער דער רשב"א (דארט) ערקלערט אז די 2 טאג מיינט 2 טאג פון אויבערשטען וואס דאס איז באמת 2,000 יאר, ד.ה. ר' אליעזר האלט אזוי ווי אביי.

ווידער, אין זוהר הקדוש (תרומה קעו:) שטייט אז די וועלט גייט שטיין 6,000 יאר, און דערנאך וועט עס חרוב ווערן אין 12 שעה, און אין די 13'טע שעה וועט דער אויבערשטער פריש באנייען די וועלט פון דאס ניי. דער רמב"ם אין ספר המורה (חלק שני פרק כט) און אזוי אויך דער רשב"א (שם), ווארפן אריין ווערטער אז עס מיינט נישט ממש אז עס גייט ווערן אויס וועלט, נאר אז וועט נישט זיין אויפן געהעריגען שטייגער, נאר באופן הפסד וכדומה. (גלאבאלע אנווארעמונג[פֿעלט אַ מקור])

עס איז וויכטיג אנצוצייכענען אז מיט דעם האלטן אלע אייניג אז די וועלט גייט חרוב ווערן נאך 6,000 יאר, נאר עס איז דא א דיעה אין קבלה, אין אויך פיל ראשונים האלטן אזוי, אז די וועלט גייט שטיין א צירקע פון 49,000 יאר [אין זייער שפראך: זיבן שמיטות], און יעדן זיבעטן טויזנט יאר שמיטה גייט די וועלט רוהען און זיין וויסט, און ווידער נתחדש ווערן צוריק, ביז די 50,000טע טויזנט יאר וואס דאן וועט זיין די גרויסע בירור יובל הגדול, וואס אלעס וועט מתוקן ווערן און די גאנצע עולם הזה וועט בטל ווערן, און עס וועט נאר פארבלייבן די צדיקים לעולם הבא.

די מקובלים שרייבן אז איצט האלטן מיר אין דער 2טער רונדע פון 7,000 יאר, דאס הייסט אין די שמיטת הגבורה.