לדלג לתוכן

העשל ראבינקאוו

פֿון װיקיפּעדיע

העשל ראַבינקאָוו (רוסיש: Григорий Рабинков, Гессель Беркович Рабинков; ‏1908, סערעדינע-בודע, אוקראַיִנע – 1981, מאָסקווע) איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער און דראַמאַטורג, וועמענס לעבן און שאַפונג זײַנען געווען ענג פאַרבונדן מיט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

העשל ראַבינקאָוו איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סערעדינע-בודע פון דער טשערניגאָווער גובערניע, רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – אוקראַיִנע). אין 1935 האָט ער פאַרענדיקט די ייִדישע אָפּטיילונג פונעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און אַוועקגעפאָרן קיין ביראָבידזשאַן. העשל ראַבינקאָוו האָט געאַרבעט אַלס לערער אין שול און אין 1939 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדען "ערע-צייכן". איינצײַטיק האָט ער פאַרעפנטלעכט זײַנע ווערק אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" און אינעם אָרטיקן זשורנאַל "פאָרפּאָסט". אין סוף 1930ער יאָרן האָט דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער מלוכה-טעאַטער געשטעלט העשל ראַבינקאָווס פּיעסע "ראובן בורלעס" און בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה – זײַן פּיעסע "אין די קרימער בערג". נאָך דער מלחמה האָט העשל ראַבינקאָוו געאַרבעט איבער אַ היסטאָרישער דראַמע געווידמעט אברהם גאָלדפאַדענען און געווען איינער פון די מחברים פונעם אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן". אין 1949, בעת אַנטי-סעמיטישע רדיפות אינעם ראַטנפאַרבאנד איז העשל ראַבינקאָוו אַרעסטירט געוואָרן אין די ראַמען פון אַזוי גערופענעם "ביראָבידזשאַנער ענין" צוזאַמען מיט די ביראָבידזשאַנער שרײַבער ישראל עמיִאָט, בוזי מילער און נחום פרידמאַן. ביז 1956 איז העשל ראַבינקאָוו געווען אין גולאַג-לאַגערן. נאָך דער באַפרײַונג האָט דער שרײַבער זיך אומגעקערט קיין ביראָבידזשאַן. אין די 1960-1970 האָט ער זיך געדרוקט אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" און אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".

  • Земляки, Москва, «Советский писатель», 1977
  • נײַ-שטאָט, מאָסקווע, "ביבליִאָטעק פון "סאָוועטיש היימלאַנד", 1983
  • וועלוול טשערנין, "צוויי שליחי-ציבור: "העשל ראַבינקאָוו און צבי פּרייגערזאָן"", ירושלימער אַלמאַנאַך, נומ. 26, ירושלים, תשנח, זז. 257 – 270.
  • וועלוול טשערנין, "'דער באָבע מערעס אַן אַלטער טלית': דער אַטעיִזם און די ייִדישקייט אין ביראָבידזשאַן פונעם אָנהייב 60ער יאָרן אויפן בײַשפּיל פון העשל ראַבינקאָווס דערציילונג 'נײַ-שטאָט'", מזרח, ב. II, פראַנקפורט-אַם-מײַן, 2011, זז. LXI – LXXVI.


  • וועגן רעליגיִעזע מאָטיוון אין העשל ראַבינקאָווס שאַפונג: וועלוול טשערנין, "ס"איז דאָ ניטאָ קיין גאָטס קאָזאַקן" (אויף רוסיש) - http://www.judaica.kiev.ua/Eg-20/Egupez20-12.htm