לדלג לתוכן

מאסקווע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאָסקווע)
מאסקווע
Москвá
מאסקווע קרעמלין און באלשוי קאמעני בריק ביינאכט
מדינה / טעריטאָריע רוסלאַנד
גרינדונג דאַטע פאר 1147
קאָאָרדינאַטן 55°45′N 37°37′E / 55.750°N 37.617°E / 55.750; 37.617קאארדינאטן: 55°45′N 37°37′E / 55.750°N 37.617°E / 55.750; 37.617
בירגערמייסטער סערגעי סאביאנין
שטח 2,511 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט

12,197,596‏  (שטייענדיג 2015)
צײַט זאָנע UTC+3
http://www.mos.ru/
רוסיש

מאָסקװע (רוסיש: Москвá) איז די הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט פֿון רוסלאַנד. 10 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין מאָסקװע. די שטאט איז א וויכטיקער פאליטישער, עקאנאמישער, קולטורעלער, וויסנשאפטלעכער, פינאנציעלער, רעליגיעזער און טראנספארטאציע צענטער פון רוסלאנד. מאסקווע איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט לויט באפעלקערונג.

מאסקווע ליגט אויפן מאסקווע טייך, און איז די מערסט באפעלקערטע אינלענדישע שטאָט אין דער וועלט. מאסקווע איז באקאנט פאר איר ארכיטעקטור. זי איז אויך די גרינסטע שטאט אין דער וועלט, און מער ווי פערציג פראצענט פון דער טעריטאריע פון דער שטאט איז באדעקט מיט גרין.

אין מאסקווע געפינט זיך דער קרעמלין, די אפיציעלע וואוינונג פון רוסלאנד׳ס פרעזידענט.

וואוינען אין מאסקווע איז זייער טייער; וועגן דעם טון טייל מענטשן פארדינגען זייערע מאסקווער דירות און זיי וואוינען אין א דאטשע.

מאסקווע ווערט גערופן עטלעכע נעמען, למשל דער דריטער רוים (Третий Рим), דער ערשטער טראן (Первопрестольная), און די העלד שטאָט (город-герой). א באוואוינער פון מאסקווע רופט מען "москвич" (מאסקוויטש) פאר א זכר אדער "москвичка" (מאסקוויטשקאַ) פאר א נקיבה, אויף יידיש א מאסקווער.

פריערדיקע היסטאריע (1147–1283)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרויסהערצאגשפאט (1283–1547)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צארישע תקופה (1547–1721)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1712 האט פיטער דער גרויסער אריבעגעפירט זיין רעגירונג צו דער נייער שטאט סאנקט פעטערבורג אויפן באלטישן בארטן, און מאסקווע האט אויפגעהערט זיין די הויפטשטאט פון רוסלאנד (אחוץ א קורצע תקופה פון 1728 ביז 1732 אונטערן איינפלוס פון דעם העכסטן געהיימען ראט).

נאכדעם וואס מאסקווע האט פארלוירן דעם סטאטוס פון הויפטשטאט פון דער אימפעריע, איז די באפעלקערונג פון מאסקווע צוערשט אראפ, פון 200,000 אינעם 17טן יארהונדערט צו 130,000 אין 1750. אבער נאך 1750, האט די באפעלקערונג געוואקסן מער ווי צען מאל ביי די איבעריגע יארן פון דער רוסלענדישער אימפעריע, און האט דערגרייכט 1.8 מיליאן ביז 1915.

סאוועטישע תקופה (1917–1991)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לעצטיקע היסטאריע (1991 - היינט)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען די פֿשש״ר איז אונטערגעגאנגען אין 1991 איז מאסקווע געווארן די הויפטשטאט פון דער רוסישער פֿעדעראַציע. זייט דעמאלסט איז ארויסגעקומען א מארק־עקאנאמיע אין מאסקווע, וואס פראדוצירט אן אויפרייס פון מערב־סטיל פארקויף, באדינונגען, ארכיטעקטור און לעבנסטילן.

די שטאט וואקסט ווייטער אין די 1990ער ביז 2000ער יארן, און איר באפעלקערונג וואקסט פון אונטער ניין מיליאן ביז מער ווי צען מיליאן. עס האט זיך געמאכט א גרויסער באדערפעניש פאר ענצעלע איין־פאמיליע הייזער אנשטאט דירות געפאקט קאפ אויף קאפ. אין 1995–1997 האט מען פארברייטערט דעם MKAD רינג שאסיי פון פיר ביז צען שפאלירן. אין דעצעמבער 2002 איז Bulvar Dmitriya Donskogo געווארן די ערשטע מאסקווע מעטרא־סטאנציע וואס האט געענפט ווייטער פון דעם MKAD. דער דריטער רינג שאסיי, אינצווישן דעם 19טן יארהונדערט גארטן רינג און דער סאוועטישער תקופה דרויסנדיגער רינג שאסיי האט מען געקאנטשעט אין 2004.

געאגראפיע און קלימאט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
סאטעליט בילד פון מאסקווע און פארשטעט
מאסקווע פון דער לופט

מאסקווע איז פלאצירט אויף די ברעגן פונעם מאסקווע טייך, וואס פליסט מער ווי 500 ק״מ אדורך דעם מזרח אייראפעאישן פלוין אין צענטראל־רוסלאנד. 49 בריקן גייען אריבער דעם טייך און זיינע קאנאלן אינערהאלב דער שטאט. די הייך פון מאסקווע ביי דער גאנץ־רוסלאנד אויסשטעלונג צענטער (VVC), וואו עס געפינט זיך די פירנדע מאסקווע וועטער־סטאנציע, איז 156 מעטער. דער העכסטער פונקט פון דער שטאט איז טעפלאסטאנסקאיא, הויך 255 מעטער. די ברייט פון מאסקווע פון מערב צו מזרח איז 39.7 ק״מ, און די לענג פון צפון צו דרום איז 51.8 ק״מ.

לויט די רעזולטאטן פונעם 2010 צענזוס איז די באפעלקערונג פון מאסקווע געווען 11,503,501; ארויף פון 10,382,754 באריכטער אינעם 2002 צענזוס.

ביים אפיצעלן 2010 צענזוס, איז דער עטנישער באשטאנד פון די 10,835,092 מענטשן פון דער שטאט׳ס באפעלקערונג וואס מ׳האט געוואוסט זייער עטנישקייט געווען:

  • רוסן: 9,930,410 (91.65%)
  • אוקראינער: 154,104 (1.42%)
  • טאטערן: 149,043 (1.38%)
  • ארמענער: 106,466 (0.98%)
  • אזערי: 57,123 (0.5%)
  • בעלארוסן: 39,225 (0.4%)
  • גרוזינער: 38,934 (0.4%)
  • אוזבעק: 35,595 (0.3%)
  • טאדזשיק: 27,280 (0.2%)
  • מאלדאווער: 21,699 (0.2%)
  • מארדווין: 17,095 (0.2%)
  • טשעטשען: 14,524 (0.1%)
  • טשואוואש: 14,313 (0.1%)
  • אסעטער: 11,311 (0.1%)
  • אנדערע: 164,825 (1.6%)
  • 668,409 מענטשן האט מען איינגעשריבן פון אדמיניסטראטיווע דאטנבאזעס, און מען האט נישט געקענט דערגיין זייער עטנישקייט.

מאסקווע האט פיר אינטערנאציאנאלע פליפארטן, ניין באן סוף־סטאנציעס און פיל טראמווייען. אין 1935 האט מען געעפנט דעם מעטרא, וואס האט 11 ליניעס און 203 באן סטאנציעס, און איז לאנג 203 ק״מ. דער טיפסטער פונקט פון דער מעטרא, ביי פארק־פאבעדי סטאנציע, איז 74 מעטער אונטער דער ערד. מער ווי 9 מיליאן מענטשן פארן טאג־טעגלעך אויף דער מאסקווער מעטרא, מער ווי דער לאנדאנער אונטערגרונט און דער ניו יארק סאבוויי צוזאמען.

שערעמעטיעווא אינטערנאציאנאלער פליפארט
דאמעדאדאווא אינטערנאציאנאלער פליפארט
וונוקאווא אינטערנאציאנאלער פליפארט

מאסקווע האט פינף פרינציפעלע קאמערציאלע פליפארטן:

  • שערעמעטיעווא אינטערנאציאנאלער פליפארט (SVO)
  • דאמאדעדאווא אינטערנאציאנאלער פליפארט (DME)
  • וונוקאווא אינטערנאציאנאלער פליפארט (VKO)
  • זשוקאווסקי אינטערנאציאנאלער פליפארט (ZIA)
  • אסטאפיעווא אינטערנאציאנאלער פליפארט (OSF)

שערעמעטיעווא אינטערנאציאנאלער פליפארטis איז דער מערסט באניצטער אריינקומפט פונקט פאר אויסלענדישע וויזיטארן, מיט 60% פון אלע אינטערנאציאנאלע פליגערס.[1] אויך איז ער דער הויפט קנופ פאר עראפלאט. דאמאדעדאווא אינטערנאציאנאלער פליפארטis איז דער פֿירנדער פליפארט אין רוסלאנד לויט דער צאל פון פאסאזשירן.

צפון טייך-טערמינאל

מאסקווע האט צווי וואסער־טערמינאלן פאר פאסאזשירן, און דריי פֿראכט פארטן.

לענינגראדסקי וואקזאל

מאסקווע ווערט באדינט דורך ניין באן וואקזאלן:

  • בעלארוסקי
  • קאזאנסקי
  • קיעווסקי
  • קורסקי
  • לענינגראדסקי
  • פאוועלעצקי
  • ריזשסקי
  • סאוויאלאווסקי
  • יאראסלאווסקי
קאזאנסקי וואקזאל
Paveletskaya railway station

מאסקווע איז די מערב סוף־סטאנציע פון דער אריבער־סיביר באן, וואס גייט אריבער 9300 קילאמעטער פון רוסלענדישער טעריטאריע ביז וולאדיוואסטאק אויפן בארטן פונעם פאציפישן אקעאן.

MIBC, איינער פון די גרעסטע פינאנץ־צענטערס אין אייראפע

מאסקווע האט איינע פון גרעסטע מוניציפאלישע עקאנאמיעס אין אייראפע וואס קען ווערן גערעכנט 20 פראצענט פונעם רוסלענדישן ברוטא אינלענדישן פראדוקט.[2] אין יאר 2014, האט דער ברוטא רעגיאנאלישן פראדוקט אין מאסקווע דערגרייכט 12 טריליאן רובל[3] (USD 0.31 טריליאן) און USD 30,000 א מענטש.[4]

וויסנשאפט און בילדונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רוסלענדישע אקאדעמיע פון וויסנשאפטן

עס געפינען זיך אין מאסקווע 1696 הויכשולעס, ווי אויך 91 קאלעגיעס.[5] אחוץ דעם זענען פאראן 222 אנשטאלטן פון העכערער בילדונג, צווישן זיי 60 שטאַט אוניווערסיטעטן[5] און דער מאסקווע שטאט אוניווערסיטעט, וואס מ׳האט געגרינדעט אין 1755.[6] די הויפט אוניווערסיטעט געביידע פלאצירט אין וואראביאווי גארי איז הויך 240 מעטער און ווען מ׳האט זי געבויט איז זי געווען די העכסטע געביידע אין גאנץ אייראפע.[7] דער אוניווערסיטעט האט העכער פון 30,000 אונטערגראד און און 7,000 [[פאסט-גראד סטודענטן, וואס האבן אן אויסקלייב פון ניין און צוואנציק פאקולטעטן און 450 דעפארטמענטן. דערצו שטודירן עטלעכע 10,000 הויכשולע סטונדענטן קורסן אינעם אוניווערסיטעט. די מאסקווע שטאַט אוניוורסיטעט ביבליאטעק אנטהאלט מער ווי ניין מיליאן ביכער, און איז איינע פון די גרעסטע ביבליאטעקן אין גאנץ רוסלאנד. העכער פון 11,000 אינטערנאציאנאלע סטודענטן האבן גראדואירט פונעם אוניווערסיטעט, פיל פון זיי זענען געקומען אין מאסקווע שטודירן רוסיש.

  1. "Moscow Airports", Go-Russia (7טן אקטאבער 2007). דערגרייכט דעם 7טן אקטאבער 2007. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2007-10-11. 
  2. אַרכיפאוו, איליא (‏28סטן סעפטעמבער, 2010). Medvedev Fires Moscow Mayor Luzhkov After Conflict. Bloomberg. דערגרייכט דעם ‏22סטן דעצעמבער, 2010.
  3. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2017-02-02, https://web.archive.org/web/20170202012302/https://en.investmoscow.ru/investment/economic-indicators/investment-in-moscow-is-profitable/the-level-and-place-of-economic-development/, דערגרייכט 2017-01-28 
  4. "Russia GDP and PPP conversion rate", IMF Russia Economy (‏11טן מערץ, 2010). דערגרייכט דעם ‏11טן מערץ 2010. 
  5. a b СТОЛИЦА РОССИЙСКОЙ ФЕДЕРАЦИИ В ЗЕРКАЛЕ ЦИФР, ФАКТОВ И СОБЫТИЙ (ru). Moscow government. דערגרייכט דעם ‏28סטן אפריל, 2010. (אויף רוסיש)
  6. MSU History. Moscow State University. דערגרייכט דעם 6טן יולי 2006.
  7. Templeton, John Marks (1טן אקטאבער 1997). Is Progress Speeding Up?: Our Multiplying Multitudes of Blessings, 99. ISBN 1-890151-02-5.