לדלג לתוכן

הארץ אטאקע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הערץ אינפֿארקט)

הארץ אטאקע איז ‫אַן אַקוטע אינפֿאַרקציע פֿון הארצמוסקל (AMI אָדער, מער געוויינטלעך צווישן דאָקטוירים, MI) איז אַן ערנסטע, פּלוצעמדיקע האַרצקרענק וואָס איז כּולל פֿאַרשיידענע ניוואָען ברוסטווייטיק אָדער אומבאַקוועמקייט, שוואַכקייט, שוויצן, ניט־גוטקייט, ברעכן און קרומע האַרצריטמען, און דערפֿירט טייל מאָל צום פֿאַרלירן די באַוווּסטזײַן.

עס קומט פֿאָר ווען דאָס בלוטשטראָם צו אַ טייל האַרץ ווערט איבערגעריסן. דאָס דערפֿירט צום טויט און פֿאַרשראַמונג (scarring) פֿון דאָס האַרצגעוועב אין יענעם אָרט. דער באַווירקטער ראַיאָן קען זײַן אַ גרויסער אָדער אַ קליינער, און דערפֿאַר זײַנען האַרצאַטאַקעס פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות ערנצטקייט, נאָר זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אָפֿטמאָל אַ מעדיצינישן נויטפֿאַל וואָס פֿאָדערט אויפֿמערק תּיכּף־ומיד, און דערמיט אַן אַקטיווירונג פֿון דער אָרטיקער גיכער הילף.

מע שטעלט דעם דיִאַגנאָז מיט אַ קאָמבינאַציע פֿון דער מעדיצינישער געשיכטע, רעזולטאַטן פֿון ע.ק.ג, און האַרצענזימען (cardiac enzymes). די סאַמע וויכטיקסטע באַהאַנדלונג פֿאַר אַ מיִאָקאַרדיום־אינפֿאַרקט איז צו ווידער אויפֿצועפֿענען די בלוטשטראָם צום האַרץ, דורכן טראָמבאָליז (thrombolysis), דאָס הייסט צעלאָזן די בלוט־פֿאַרגליווערונג אין דער אַרטעריע מיט ענזימען (enzymes), אָדער אַנגיאָפּלאַסט (angioplasty), וואָס ניצט אַ באַלאָן אויפֿצופּראַלן די אַרטעריע. מע מוז שטרענג אויפֿפּאַסן אויפֿן פּאַציענט אויף אַ ספּעציעלן האַרצאָפּטייל אין שפּיטאָל כּדי צו פֿאַרהיטן געוויסע קאָמפּליקאַציעס. מע לייגט אויך אַ טראָפּ אויף צווייטיקע פֿאַרהיטונג (secondary prevention), דאָס הייסט עלימינירן ריזיקעס וואָס קענען דערפֿירן צו ווײַטערדיקע האַרצאַטאַקעס.

ווען א מענטש כאפט א הארץ אטאקע דויערט עס עטלעכע מינוטין ביז מען זעט די סימפטאמען, זעלטן קומען זיי זאפארט. ביי רוב מענטשן שפירט מען ברוסט פיין. די שמערצן קומען פון איסכעמיע (א מאנגל פון בלוט און זויערשטאף) אינעם הארץ מוסקל; דאס רופט מען אנגינא פעקטאריס. אפט שפירט מען שמערצן אין דעם לינקן ארעם, און אמאל אין דעם אונטער־קינבאק, דעם האלץ, דעם רעכטן ארעם, דעם רוקן, און אין טיילן פון דעם בויך.

ווייבער האבן אפט אנדערע סימפטאמען ווי מאנצבילן. די מערסטע געוויינטלעכע סימפטאמען שליסן איין קורצן אטעם, שוואכקייט, און מען שפירט פארמאטערט. טטייל פרויען שפירן מיד, שלאפן נישט גוט און האבן א קורצן אטעם ביז א חודש איידער זיי כאפן א הארץ אטאקע.