דער שולהויף
דער שולהויף איז דאס נאהנטע בוך ארויסגעגעהבן דורכן יודישן שרייבער חיים גראדע אין יאהר 1958 אין ניו יארק דורכן יצחק זעמל פאָנד ביים דיסטריקט זעקס פונעם יידיש-נאציאנאלער ארבעטער-פארבאנד.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס בוך אנטהאלט דריי לעהנגערע דערציילונגען, געשיכטעס וועלכע דרייען זיך ארום דאָס יודיש לעהבן אין די אלטע קלויזן אינעם ווילנע שולהויף אין דער יודישער געטא וואו דער מחבר איז אויפגעוואקסן.
בס"ה אנטהאלט דאס בוך 378 זאהטן.
דער ברונעם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז די לעהנגסטע ערציילונג וועלכע באשטייט פון פיער-און-צוואנציג קאפיטלען.
א פשוטער יוד מענדע, א טרעהגער, מוטשעט זעך צאמצושטעלן געלט צו פאררעכטן א צעבראכענעם ברונעם אויפן הויף, כדי די איינוואוינער זאלן זעך נישט דארפן שלעפּן וואהט אדער צו די נישט-יודישע שכנים פאר וואסער.
אינמיטן דער געשיכטע שילדערט ער אן אסיפת הרבנים אין ווילנע בראש פונעם גדול הדור דער חפץ חיים.
ר' נחומל דער מַלווה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פערצן קאפיטלען.
ר׳ נחומל איז אן עלטערער יוד וועלכער באקומט דאלארן פון זיינע קינדער אין אמעריקע. העלפט ער דערמיט ארויס יודן מיט הלוואות אויף משכונות, אבער זיין עלצטער זוהן זאַווע, פון וועהמען ער האט ווייניג נחת, וויל ער נישט שטיצן.
די דראמע שפיהלט זעך אפ ווען דער מלווה ליגט שוין אויפן טויט-בעטל.
שפרה׳לע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז די קורצסטע ערציילונג אינעם באנד מיט בלויז פינעף קאפיטלען.
זי שילדערט די דראמע וואו שפרה׳לע, וואס האט נישט קיין קינדער, גט זיך אָפּ פון איהר מאן איסר דער שלימזל כדי צו הייראטן מיט טעווקע דער ווייבערניק. עס גייט איהר שלעכט מיט עהם, אבער איסר לייכט ס'מזל בעסער פון איצט אהן. ער האט חתונה מיט זלאַטע און זי געבוירט עהם א יונגל.
שוהלן און קלויזן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גאונ'ס קלויז
- קברנישער קלויז