דער גרויסער דיקטאטאר
דער גרויסער דיקטאטאר (ענגליש: The Great Dictator) איז אן אמעריקאנישע פאליטישע סאטירע, קאמעדיע-דראמא פילם פון 1940 וואס איז געשריבן, רעזשיסירט, פראדוצירט און קאמפאזירט געווארן דורכן בריטישן קאמיקער טשארלי טשאפלין, וואס האט אויך געשפילט אינעם פילם. ווייל טשאפלין איז געווען דער איינציקער האליוואד פילם מאכער וואס האט נאך פראדוצירט שטומע פילמען שוין לאנג נאכן אנהייב פון דער עפאכע פון קלאנג-פילמען איז דאס געווען זיין ערשטער אמתער קלאנג פילם.
טשאפלינ'ס פילם איז געווען א פראטעסט קעגן אדאלף היטלער, בעניטא מוסאליני, פאשיזם, אנטיסעמיטיזם און נאציזם. ווען דער פילם איז ערשט ארויס, די פאראייניקטע שטאטן האבן נאך נישט אנטייל גענומען אין קריג קעגן נאצי דייטשלאנד. טשאפלין שפילט די ביידע הויפט-ראלעס: אן אוממענטשלעכער פאשיסטישער דיקטאטאר און א גערודפטער יידישער שערער.
"דער גרויסער דיקטאטאר" איז געווען פאפולער צווישן די מאסן און איז געווארן טשאפלינ'ס מערסט געראטענער פילם אין הכנסות. מאדערנע קריטיקער האבן אויך געלויבט אים אלס א העכסטוויכטיקער פילם אין היסטאריע און א וויכטיקע שאפונג פון סאטירע. אין 1997 איז ער דערוויילט געווארן דורך דער קאנגרעס ביבליאטעק פאר קאנסערוואציע אינעם נאציאנאלן פילם רעגיסטער אלס א פילם מיט א "קולטורעלער, היסטארישער אדער עסטעטישער וויכטיקייט". "דער גרויסער דיקטאטאר" איז נאמינירט געווען פאר פינף אקאדעמיע פריזן - בעסטע פראדוקציע, בעסטער אקטיאר, בעסטע שרייבונג (אריגינאלע סצענאר-שרייבונג), בעסטער צווייטיקער אקטיאר (פאר דזשעק אקי) און בעסטע אריגינעלע מוזיק.
אין זיין אויטאביאגראפיע פון 1964 האט טשאפלין געשריבן, אז ער וואלט נישט געהאט געמאכט דעם פילם ווען ער וואלט געוואוסט פון די אמתע גרוילן פון די נאצישע קאנצענטראציע לאגערן אין דער צייט.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "דער גרויסער דיקטאטאר" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)
דער ארטיקל וועגן א פֿילם טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |