די לעצטע מינוט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

די לעצטע מינוט איז א בוך וואו עס ווערט באשריבן די רעטונג פון די אידן אין פראג, בעהמען, דורך ר' מרדכי צמח, וואס ווערט דערמאנט אינעם באקאנטן ספר צמח דוד.

די מעשה איז ארגינעל באשריבן דורך שלמה כהן, אן אייניקל פון שלמה כ"ץ - דער דרוקער פונעם צמח דוד - וועלכער איז א זון פון ר' מרדכי צמח, דער בעל העובדא.

אויך האט ער אין דעם בוך אן ערציילונג מיטן נאמען "זיידענע פארהאנגען", וואו ער באשרייבט דעם מגילת פורים הקלעים ("פורים פארהאנג") פון פראג אום כ"ב טבת אין יאר רפ"ג.

עס איז ארגינעל באשריבן געווארן אין יאר תרכ"ז אינעם ספר עטרת צבי פון ר' אברהם צבי קיש, רב און דרשן אין פראגער מייזל שוהל. און עטליכע מאנאטן דערנאך איז עס איבערגעזעצט געווארן אין ד"ר בלאך'ס עסטרייכישער וואכנשריפט, און דערנאך איז עס ארויסגעגעבן געווארן אין א באזונדערן בוך.

מנחם מנדל האט עס איבערגעארבעט און רעדאקטירט און עס איז ערשינען אין יאר ה'תשנ"ד אין ירושלים.