מנחם מענדל משי זהב
געבורט | 30 נאוועמבער 1936 | |
---|---|---|
טויט | 22 יאנואר 2021 (אלט 84) | |
פאך | שרייבער | |
מנחם מענדל (נפטר ט׳ שבט תשפ"א, 22סטן יאנואר 2021) איז דער פען נאמען פון מנחם מענדל משי זהב, א באקאנטער יידיש־שפראך שרייבער.
מנחם מענדל איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף שיינבערגער און זיין עיקר ציל איז געווען צו מאכן אז די פרומע אידן זאלן נישט מוזן ליינען די געדאנקען פון די פרייע אידישיסטן.
ער האט געשריבן הונדערטער מעשה ביכלעך פון סיפורי צדיקים און היסטאריע, זיין אידישע שפראך איז פליסיג און ער איז פון די בעסטע פרומע אידיש־שפראך שרייבער וואס אידן האבן פארמאגן אין זיין צייט. אסאך פון זיינע ביכער זענען איבערגעשריבן פון גרויסע שרייבער ווי מארקוס לעהמאן. די ביכער זענען ארגינעל געשריבן געווארן פון שרייבער אין אידיש—דייטש אדער אויף די אמאליגע שפראך אידיש, און מנחם מענדל האט זיי איבערגעארבעט אויפן היינטיגן סטיל אידיש.[פֿעלט אַ מקור]
אויך איז דער פען נאמען אמאל געווען באקאנט אלס גרויסע קנאי און געשריבן אסאך ווערק קעגן די ציונים, אבער אין די נאכפאלגענדע יארן איז ער שוין נישט געווען טעטיג אין קנאות, נאר עס איז יעדע יאר ערשיינען פון אים נאך און נאך מעשה ביכלעך. אויך האט ער געשריבן כללית'דיגע חרדישע ענינים אויף עברית פארן המודיע, די אגודת ישראל צייטונג.
מנחם מנדל איז נפטר געווארן ט שבט תשפ"א יאנואר 22 2021 אין עלטער פון 84 יאר פון קאוויד-19.
זיין זון יהודה משי זהב איז גיוועזען דער גרינדער און פירער פון זק"א.
זיינע ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די לעצטע מינוט
- די כוזרים לאנד
- די שיינקייט פון שבת
- די שיינקייט פון יום טוב
- די שיינקייט פון ירושלים (ירושלים, תשמ"ו)
- ישועת השם כהרף עין (ירושלים, תשנ"א)
- דער אידישער פרינץ (ירושלים, תשנ"ב)
- גירוש שפאניע (ירושלים, תשנ"ו)
- א שטורעם אין מדבר