דיוויענטארט

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דיוויענטאַרט (ענגליש: DeviantArt) איז א קהלישער דינסט צו באַטייליקן בילדער און ווערקס פון קונסט אויפן אינטערנעץ. די פירמע איז געגרינדעט געווארן דעם 7טן אויגוסט 2000. אירע גענעראַלשטאַב איז אינעם האליוואד אומגעגנט, אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, פאראייניקטע שטאטן.

די דינסט איז געמאכט געווארן צו געבן קינסטלער א פלאטפארמע צו אויסשטעלן זייער ווערקס, און אויך א קהלישער רוים פאר דעבאַטעס וועגן דאזיקע טעמעס.

די ווערקס אויפן זייטל זענען אייַנגעאָרדענט לויט גרונטיקע קאטעגאריעס וואס אנטהאלטן פאטאגראפיע, דיגיטאלישע קונסט, טראדיציאנעלע קונסט, ליטעראטור, פלעש און אנימאציע, געצייג און פּערזענלעכע אַדאַפּטאַציע, אָנוייַזער רעזערוון, בילד רעזערוון, און פילע מער קאטעגאריעס און אונטערקאַטעגאָריעס.

ריכטיק צו אויגוסט 2010, אנטהאלט דער זייטל איבער 14.5 מיליאן אײַנגעשריבנע מיטגלידער און איבער 100 מיליאן אויֿפהייבונגען. די דינסט איז דער 13סטער אין גרייס אויפן רשימה פון סאציעלע נעצווערקן אינעם פאראייניקטע שטאטן געביטן, מיט איבער 3.8 מיליאן באַזוכערס יעדער וואך.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]