דיאמעטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
M-צענטער פון קרייז, d- דיאמעטער פון קרייז, r-ראדיוס פון קרייז

אין געאמעטריע איז דער דיאַמעטער פון א קרייז א כארדע פונעם קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער. מען ניצט דאס זעלבע ווארט פאר דער לענג פונעם דיאמעטער; די לענג פונעם דיאמעטער איז טאפלט פון דער לענג פון א ראדיוס פונעם קרייז.

אין גראף טעאריע איז דער דיאמעטער פון א פארבינדלעכער גראף דער גרעסטער דיסטאנץ צווישן די ווייטסטן צוויי קנופן איינס פון אנאנד אינעם גראף.

פאראלגעמיינערונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די דעפיניציעס זענען ספעציפישע פֿאלן פון דעם באגריף פון א דיאמעטער אין א מעטרישן רוים: דער דיאמעטער פון א סכום אין א מעטרידשן רוים איז דער סופרעמום פון די דיסטאנצן צווישן פונקטן אין אים. פארמאל, אז איז א סכום אין א רוים מיט מעטריק , ווערט דער דיאמעטער פון דעם סכום דעפינירט אזוי: .

דער דיאמעטער פון א קרייז לויט דער אלגעמיינער דעפיניציע איז גלייך מיט דער נארמאלער געאמעטרישער דעפיניציע, ווייל דער דיאמעטער איז דער לענגסטער סעגמענט צווישן צוויי פונקטן אין א קרייז.