ראדיוס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
M-צענטער פון קרייז, d- דיאמעטער, r-ראדיוס פון קרייז

אין געאמעטריע, איז דער ראַדיוס דער ליניע סעגמענט פונעם צענטער פון א קרייז מיט זיין ארומקרייז, אדער דער צענטער פון א קיילעך און זיין אייבערפלאך, און אויך די לענג פון דעם סעגמענט. די לענג פונעם ראדיוס איז העלפט פון דער לענג פונעם דיאמעטער.

אין געאמעטריע טוט מען דעפינירן א קרייז (ווי אויך א קיילעך) ווי דער געאמעטרישער ארט פון אלע פונקטן אין א פֿלאך (אדער א רוים) וואס זייער דיסטאנץ פון ע געוויסן פונקט {דער 'צענטר') איז גלייך צום ראדיוס. מ'קען פאראלגעמיינערן די דעפיניציע צו העכערע דימענסיעס.

דער ראדיוס \ r און דער ארומקרייז \ P פון א קרייז זענען פארבונגן דורכן פֿארמל r = \frac{P}{2\pi}.

א קרייז מיט ראדיוס \ r האט אן ארומקרייז פון היקפו הוא \ 2\pi r, און א שטח פון \ \pi r^2.

א קיילעך מיט ראדיוס \ r האט אן אייבערפלאך שטח פון A = 4 \pi r^2 \, און א פֿארנעם פון V = \frac{4 \pi r^3}{3}.

דאס ווארט 'ראדיוס' שטאמט פון לאטיין radius, די שפיצע פון א ראָד.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]