סכום (מאטעמאטיק)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א פאר אדער סכום (Set) איז אַן אָפּטייל פון די סכומען טעאריע אין מאטעמאטיק וואס באהאנדלט איינגעזאמלטע פארשיידענע עלעמענטן אין באזונדערע גרופעס (וואס הייסן סכומען). צום ביישפיל:

  • \left\{1,2,3,4\right\} איז א סכום מיט די נומערן 1, 2, 3, 4.
  • \left\{1,2,\dots,100\right\} איז א סכום מיט די נומערן פון 1 ביז 100. (די פינטלעך ווייזן מען זאל ממשיך זיין אריינרעכנען די ווייטערדיקע נומערן לויט דעם סדר פון די נומערן וואס שטייען פאר די פינטלעך).
  • \left\{2,4,\dots\right\} איז א סכום מיט אלע פאריקע נומערן ביז אין סוף. (וויבאלד די פינטלעך שטייען געשריבן ביים סוף, איז דער המשך פון די נומערן ביז אין סוף).

עס איז אנגענומען צו געבן א נאמען פאר יעדער סכום. למשל \ A=\left\{ 1,2,3,4\right\}

  • אויב איז דער סכום ליידיק, ניצט מען דעם סימבאל: \emptyset.
  • ווען סכום A אנטהאלט גענוי אדער ווייניקער ווי סכום B, שרייבט מען עס אזוי: A \subseteq {B}.
  • אויב דער עלעמענט i געהערט צום סכום A, שרייבט מען אים אזוי: x\in A. און אויב עס געהערט נישט, שרייבט מען אים אזוי: x\not\in A.