דוד קוסעוויצקי
געבורט |
1912 סמארגאן, בעלארוס | |
---|---|---|
טויט | 1985 (אלט 73 בערך) | |
פאך | חזנות | |
דוד קוסעוויצקי (ה' טבת תרע"א 1911 - י"ג אב תשמ"ה 1985) איז געווען א חזן אין פוילן, ענגלאנד און אמעריקע.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דוד קוסעוויצקי איז געבוירן ה' טבת תרע"א אין סמארגאן, ליטע (היינט בעלארוס).
ער האט צוערשט געדינט אין דעם כאר פון זיין ברודער משה אין ווילנע צוזאמען מיט זיין ברודער שמחה, דערנאך איז געווארן דיריגענט פאר זיין ברודער יעקב אין לעמבערג און דערנאך פאר זיין ברודער שמחה אין ראוונע.
ווען שמחה איז געגאנגען ווערן חזן ערגעץ אנדערש האט מען אים אויפגענומען אלס הויפט-קאנטאר אין ראוונע. דריי יאר שפעטער האט ער אנגענומען אן איינלאדענונג פון דער הענדאנער שול, א בארימטע קהילה אין לאנדאן, ענגלאנד.
צוועלף יאר איז ער דארט געווען חזן ביז ער האט אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן אין 1948 וואו ער איז געווען חזן אין טעמפל עמנואל אין בארא פארק ביז זיין פטירה.
דוד קוסעוויצקי האט אסאך געזונגען אויף קאנצערטן. ער איז געווען בארימט מיט זיין מאכן אינטרעסאנטע טעראפי מיט זיין שטימע אינמיטן זינגען, מיט זיין זינגען יודישע לידער און מיט זיין חוש פון הומאר.
ער איז געווען דער יונגסטער פון די פיר ברידער קאסעוויצקי, אלע חזנים.
קאמפאזיציעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- וכל החיים
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דוד קוסעוויצקי (פון דזשעפרי שיסלער) (ארכיווירט 24.04.2012 ביי דער Wayback Machine) (אויף ענגליש)