לדלג לתוכן

דובנא

פֿון װיקיפּעדיע
דובנא
Дубно
א טורעם פון דער דובנער פֿעסטונג
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 11טער י"ה
קאָאָרדינאַטן 50°25′N 25°45′E / 50.417°N 25.750°E / 50.417; 25.750קאארדינאטן: 50°25′N 25°45′E / 50.417°N 25.750°E / 50.417; 25.750
גובערניע ראוונע
בירגערמייסטער וואסיל  אנטאניוק
שטח 27.04 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

36,901‏  (שטייענדיג [[2022[1]]])
1,413 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
http://www.dubno.com.ua/
אריינגאנג צו פעסטונג אין דובנא

דובנא אדער דובנע (אוקראיניש: Дубно; פויליש: Dubno) איז א שטאט אין ראוונער גובערניע (Рівненської області) אין וואהלין, מערב אוקראינע אויף די ברעגן פון טייך איקווע.

די שטאט דובנא ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין דאקומענטן פון יאר 1100. אין דעם  פערצנטן יארהונדערט איז די שטאט מיטן ארומיגן געגנט געווארן אנעקסירט צו פוילן. אין יענער תקופה האט מען געבויט די פעסטונג פון דובנא. אין 1498 האט דובנא באקומען שטאטישע רעכטן, וואס האט געצויגן צו דער שטאט נייע באוואוינער, מערסטנס יידן און ארמענער. די יידן האבן גערופן די שטאט "דובנא".

געשיכטע פון די יידן אין דער שטאט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביים סוף פונעם פופצנטן יארהונדערט, ווען ס׳איז ארויסגעקומען דער באפעל וואס גיט די איינוואוינער פון דובנא בירגער־רעכטן און די פרייהייט צו האנדלען, זענען געקומען וואוינען אין דובנא א סך יידן וואס האבן זיך באשעפטיגט אין מסחר און ארבעט. אין דעם צענזוס וואס מ׳האט געהאלטן אין דער שטאט אין יאר 1897 האט מען געציילט 13,785 איינוואוינער אין דער שטאט, פון זיי 5,608 יידן. אין יענער צייט האט די שטאט געהאט א יידישן שפיטאל און חדרים, אבער נישט קיין אנדער חינוך מוסדות.

דובנא איז געווען א באוואוסטער יידישער צענטער אין מזרח אייראפע. צווישן די יארן 16001606 איז דער רב פון דובנא געווען דער "של"ה הקדוש", הרב ישעיה הלוי הורוויץ, פון די גרעסטע רבנים פון אשכנז אין דעם 17טן יארהונדערט.

דער מערסט באקאנטער ייד וואס זיין נאמען איז פארבונדן מיט דובנא איז געווען הרב יעקב קראנץ, אן אויסגעצייכענטער דרשן וואס האט געוואוינט און געווען טעטיק אין דובנא 18 יאר. דער דובנער מגיד איז באוואוסט פאר זיינע דרשות וועגן אמונה און מוסר, און ער האט געשאפן פיל וואונדערלעכע. רבנים פלעגן קומען הערן זיינע  דרשות און רעדן מיט אים. ווען ער האט באזוכט ווילנע, האט דער  ווילנער גאון אים געבעטן צו זאגן מוסר. נאך זיין פטירה האט אברהם דב בער פלאם געדרוקט זיינע משלים און דרשות, און זייט דעמאלסט האט מען זיי איבערגעדרוקט  א סך מאל אין פארשידענע שפראכן. 

פארן  חורבן האבן געוואוינט אין דובנא עטלעכע 12,000 יידן, וואס זענען געווען 59% פון דער באפעלקערונג.

  1. http://db.ukrcensus.gov.ua/PXWEB2007/ukr/publ_new1/2022/zb_Сhuselnist.pdf 37