דארא בלאך

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאראַ בלאך (1902-יולי 1976) איז געווען איינע פון די פארכאפטע יידן אויף דעם ער פראנס עראפלאן וואס פאלעסטינער טעראריסטן האבן געכאפט און געמאכט לאנדן אין אוגאנדע. זי איז געהרג׳עט געווארן אויפן באפעל פון אידי אמין, דעמאלסט פרעזידענט און דיקטאטאר פון אוגאנדע.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דארא בלאך איז געבוירן געווארן אין 1902 צו איר פאטער יוסף פיינבערג, איינער פון די גרינדער פון ראשון לציון און זיין ווייב בתיה. זי האט געהייראט אהרן בלאך.

דארא בלאך האט געהאט סיי ישראלישע סיי בריטישע בירגערשאפט. זי איז געווען א פאסאזשיר אויפן ער פראנס פליגער 139 פון בן גוריון פליפעלד קיין פאריז, זונטיק 27סטן יוני 1976. אונטערוועגס האט דער עראפלאן געלאנדעט אין אטען. דארט האבן פאלעסטינער טעראריסטן געכאפט דעם עראפלאן און געהייסטן פליען קיין בענגאזי, ליביע. דארט איז דער עראפלאן געבליבן זיבן שעה, און מען האט אנגעפילט מיט מער ברענשטאף און אויך זענען נאך טעראריסטן ארויפגעקומען אויפן עראפלאן. זיי האבן געהייסן דעם קאפיטאן פליען קיין קאמפאלא, אוגאנדע. עטלעכע טעג האבן זיי געזוימט דארט. דארא בלאך האט זיך דערשטיקט אויף א הינדל ביין און מען האט זי געשיקט אין שפיטאל אין קאמפאלא.

ווען מען האט באפרייט די פארכאפטע יידן אין דער ענטעבע אפעראציע האט דער פרעזידענט אידי אמין געהייסן מערדן דארא בלאך. איר קערפער האט מען נישט ארויסגעלאזט פון לאנד נאר דריי יאר שפעטער נאכדעם וואס מען האט אידי אמין פארטריבן פון אוגאנדע.

דארא בלאך האט איבערגעלאזט דריי זין, דער עקאנאמיסט אילן הרטוב (וואס איז אויך געווען איינער פון די פארכאפטע אויפן עראפלאן), דניאל בלאך (א זשורנאליסט) און יצחק בלאך.