גריגארי קאנאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
גריגארי קאנאוויטש
קיין פריי בילד
געבורט 9 יוני 1929
יאַנעווע, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 יאנואר 2023 (אלט 93)
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רעזשיסאר, פאליטיקער, איבערזעצער, זשורנאליסט, שרייבער, דיכטער, סצענאר שרייבער, דראמאטורג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.kanovich.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

גריגאָרי קאַנאָוויטש (רוסיש: Григорий Канович, ליטוויש: Grigorijus Kanovičius, העברעיש: גריגורי כנוביץ; דער ארגינעלער נאָמען – יעקב קאַנאָוויטש, געבוירן אין 1929, אינעם שטעטל יאַנאָווע לעבן קאָוונע) איז אַ רוסיש-שפּראַכיקער ייִדישער שרײַבער. ער האָט געשריבן אויך אויף ליטוויש.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גריאָרי קאַנאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון אַ שניידער. אין 1953 האָט ער פאַרענדיקט דעם היסטאָריש-פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם ווילנער אוניווערסיטעט. גריגאָרי קאַנאָוויטש האָט דעביוטירט אין פּרעסע אין 1949. אין 1955 איז אין ווילנע דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאַמלונג «Доброе утро» ("גוט מאָרגן"). אָנגעשריבן אַרום דרײַסיק פּיעסעס און קינאָ-סצענאַרן, איבערגעזעצט קינסטלערישע פּראָזע פון ליטוויש און פון ייִדיש אין רוסיש. גריגאָרי קאַנאָוויטשעס אָריגינעלע רוסיש-שפּראַכיקע פּראָזע איז כמעט פולקאם געווידמעט דעם לעבן פונעם ליטווישן ייִדנטום.

אין 1989 איז גריגאָרי קאַנאָוויטש אויסדערוויילט געוואָרן אַלס פאָלקס-דעפּוטאַט פון פססר. אין דעם זעלבן יאָר איז ער געווען אַ דעלעגאַט אויפן ערשטן צוזאַמענפאָר פונעם וועד פון די ייִדישע קהילות פון פפסר. אין 1989 – 1993 איז גריגאָרי קאַנאָוויטש געשטאַנען בראש פון דער ייִדישער קהילה פון ליטע. אין 1993 איז ער עולה געווען קיין ישראל. ער וווינט אין בת-ים.

גריגאָרי קאַנאָוויטשעס ביכער זײַנען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף צוועלף שפּראַכן, בתוכם ענגליש, דײַטש, העברעיִש, פראַנצויזיש, טשעכיש, פּויליש, אונגאַריש, עספּעראַנטאָ און נאך. אויסצוגן פון זײַן ראָמען "פייגל איבערן בית-עלמין" און "באַזונדערע דערציילונגען" זײַנען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין איבערזעצונגען אויף ייִדיש אויף די שפּאַלטן פון "ביראָבידזשאַנער שטערן" און "ירושלימער אַלמאַנאַך".

זײַנע ראָמאַנען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • Я смотрю на звезду, Вильнюс, 1959
  • Свечи на ветру, Вильнюс, 1979
  • Слезы и молитвы дураков, Вильнюс, 1983
  • И нет рабам рая, Вильнюс, 1985
  • Козленок за два гро¬ша, Вильнюс, 1989
  • Улыбнись нам, Господи, Вильнюс, 1989
  • Парк забытых евреев, Иерусалим, 1997
  • Очарованье сатаны, Иерусалим, 2007
  • Местечковый романс, Иерусалим, 2013

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]