גראד (טעמפעראטור)
מראה
- דער ארטיקל דיסקוטירט מעסטן טעמפעראטור. טאמער זוכט איר גראד אין געאמעטריע, זעט גראד (ווינקל).
א גראַד אדער שטאַפל איז דער איינצהייט מיט וואס מען מעסט טעמפעראטור. מען ניצט דעם סימבאל ° צוזאמען מיט דער ערשטער אות פונעם נאמען פון דער סקאלע, למשל “C°” פאר גראד צעלזיוס (Celsius). וואס העכער דער נומער וואס הייסער עס איז.
די עיקר סיסטעמען פון מעסטן טעמפעראטור זענען צעלזיוס און פֿאַרנהייט; וויסנשאפטלער ניצן די קעלווין סקאלע.
טעמפעראטור סקאלעס געמאסטן אין גראד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פארשפרייטע סקאלעס וואס מעסטן טעמפעראטור אין גראד זענען:
- צעלזיוס (C°)
- קעלווין (K), וואס ניצט די צעלזיוס סקאלע, צוגעפאסט אז 0 קעלווין איז גלייך צו אבסאלוט נול.
- פֿאַרנהייט (F°)
פארגלייכונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קאכפונקט פון וואסער: 100.0 °C / 212.0 °F
- שמעלצפונקט פון אייז: 0.0 °C / 32.0 °F
- מענטשלעכער קערפער טעמפעראטור: 37.0 °C / 98.6 °F
- צימער טעמפעראטור: 20 - 25 °C / 68 - 77 °F