מאס
מראה
מאָס איז דער אפשאצונג אדער אפמאך פון די דערגרייכונג, דימענסיע אדער מעגליכקייט, געווענליך און שייכות צו א סטאנדארט אדער אפטייל פון מאס. די מאס איז אויסגעדרוקט אין א נומער פון אפטיילן פון דעם סאטנדארט. ווי למשל ווייטקייט דורך די נומער פון מיילן אדער קילאמעטער. די וויסנשאפט פון מעסטן ווערט גערופן מעטראלאגיע.
וואס קען מען מעסטן?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען קען מעסטן אסאך פארשיידענע זאכן, למשל:
- דיסטאנץ: מעסטן דיסטאנץ ענטפערט די פאלגנדע פראגעס;
- ווי ווייט איז א געוויסער פלאץ פון דאנעט?
- ווי ווייט זענען צוויי ביימער פון אנאנד?
- ווי לאנג איז דער שטעקן?
- געוויכט: מעסטן געוויכט ענטפערט די פאלגנדע פראגעס;
- פארנעם: מעסטן פארנעם קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעס;
- וויפיל פלעשלעך וואסער דארף מען האבן אנצופילן א קעסל?
- וויפיל בוימל זאל איך אריינגלייגן אין דעם געקעכץ?
- וויפיל קארטאנען גייען אריין אין דעם צימער?
- טעמפעראטור: מעסטן טעמפעראטור קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעס;
- וואו איז ווארעמער היינט, ירושלים אדער ניו יארק?
- אז איך לייג אריין אייז צי וועט עס ווערן וואסער?
- צי איז גענענדל קראנק מיט א פיבער?
- דריק: מעסטן דריק קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעסף
- וויפיל לופט דארף מען אריינלייגן אין דעם רייף?
- צי וועט זיין א גוטע וועטער מארגן?
- צי קען דער טיש טראגן א געוויסן לאסט?
- גיכקייט: מעסטן גיך קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעס;
- ווער וועט אנקומען פריער, אהרן צי מענדל?
- ווי שפעט וועט מען דערגרייכן מאנטשעסטער?
- ווי לאנג דויערט די רייזע?